Yiddish with an Aleph

אונדזער דילעמע

Our Dilemma

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

איך בין נישט מסכים מיט די וואס באשמוצן די חרדישע וועלט, ווי גלייך מיר זענען שלעכטע מענטשן. דאס איז נישט ריכטיג. די חרדישע וועלט איז צוזאמגעשטעלט על פי רוב פון גוטע הערצער, וואס זענען בסך הכל נישט צוגעוואוינט צו באטראכטן דעם מציאות מיט אן ערוואקסענעם בליק. גלייך ווי קליינע קינדער זענען מיר אנגעפילט מיט א טיפער בענקשאפט, מיר האבן ליב דאס אידישע פאלק און מיר האבן ליב ציון, מיר האבן ליב דאס לעבן און מיר האבן ליב מוזיק, אבער משום מה ווייסן מיר נישט וויאזוי צו פארבינדן איינס מיט איינס, און מיר גייען ארויס אין מלחמה קעגן אלעמען נאך וואס דאס מענטשליכע הארץ בענקט און גערט.

מיר האבן מורא פון אונזערע שכנים, טאמער זיי וועלן אויס’מסר’ן וועגן אונז צו די מוסדות וואו מיר שיקן די קינדער, און די שכנים האבן אודאי מורא פון אונז. מיר האבן מורא פון אונזערע שוועסטער און ברידער, און זיי האבן מורא פון אונז. די מנהלים פון די מוסדות האבן מורא פון די עלטערן, און עלטערן האבן מורא פון די מנהלים. קיינעם איז נישט קלאר וואס גענוי מ’מעג אדער מ’טאר נישט טון, און כדי צו זיין אויף דער זיכערער זייט הייבט מען כסדר די סטאנדארטן.

דער חרדישער איד האט נישט פיינט די וועלט, פארקערט, ער האט וועגן איר פאנטאזיעס אין אזעלכע פארבן וואס דער געווענליכער מענטש האט נישט, אבער די מורא פונעם שכן לאזט אים נישט ברענגען עס צום אויסדרוק. זיין בענקשאפט צו דער פרוי איז שטערקער פון סיי וואס, און ער וואלט אויף די קניען געפאלן צו באקומען כאטש א גלעט פונעם ווייבליכן מין – נאר די מורא דערפירט די בענקשאפט צו א פארקרומטן בילד, אין וועלכן די פרוי ווערט אזש פארוואנדלט אין אן אביעקט פון זינד.

מיר זענען ווי קליינע קינדער, ביי וועמען ס’פלאצט דאס הארץ פון גרויס בענקשאפט, און מיר שטעלן זיך פאר די וועלט אין פאנטאזירנדע משונה’דיגע פארבן. אט זעט נאר ווי ס’ווערן אונזערע שולן טראנספארמירט ווען ס’הענגט דער פיוט פון “במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה” איבערן האריזאנט. וואלט איר עס געוואלט פארגלייכן מיט דעם קאלטן, מעכאנישן דאווענען וואס ווערט אויסגעשפילט אין די מאדערנע שולן? ווער קען עס אויסמאלן דאס געפיל פונעם פארצייטישן איד בעת ער שפאנט אין די פארטאגס-שעה’ן צו די ערשטע סליחות? אין מוח זשומען אים נישט קיין פילמען, קיין ספארטס, טעלעוויזיע-פראגראמען, און נאך אזעלכע מאדערנע זאכן. זיין הארץ איז ריין, אפן אינגאנצן צו דערהערן דאס געוויין וואס פלאטערט דורך דעם קילן סליחות ווינטל, בעת ער יאגט זיך מיט די נאסע פיאות אין בית-המדרש.

אינעם קול פון כל-נדרי דערהערט דער חרדישער איד דעם אלטערטימליכן רוף פון אונזער תורה. קיין תנ”ך קענען מיר טאקע נישט רעכט אפלערנען, אבער פונעם חומש אליין האבן מיר איינגעזאפט אזוי סך, ביז מיר זעען זיך טאקע בלויז אין פאר-ארץ-ישראל’דיגע טערמינען, ווי א פאלק אינעם מדבר, וואס איז „שוכן לשבטיו‟, צופוסנס פונעם משכן, ווען נאר גאט באגלייט זיין פאלק מיט א וואלקן-זויל באטאג און א פייער-זויל ביינאכט. דער צוזאג פון אריינגיין קיין ארץ-ישראל פארנעמט אונזערע פאנטאזיעס, ווי א קינד פון א דארפסמאן וועמען מ’האט צוגעזאגט צו נעמען אויף א באזוך אין שטאט. דערווייל אבער ווייסן מיר נישט וויאזוי זיך צו באפאסן מיט דער היינטצייטיגער, מאמענטאלער רעאליטעט.

דער חרדישער איד איז נישט אויסגעטרוקנט געווארן דורך דעם פאסט-מאדערניסטישן גייסט, וויבאלד ער האט קיינמאל מיט דער ארומיגער וועלט קיין פארקער נישט געהאט. דאס וואס ער קען נישט ארייננעמען די וועלט אין זיין בילד, איז א געמיש פון צעמישטקייט און מורא – די אויגן זיינע זענען נישט אויסגעאיבט צו אנאליזירן דעם מציאות ארום זיך מיט א שארפן שניידנדיגן בליק, וויבאלד מיסטיק און רעטאריק דאמינירן זיין לעבן, צוזאמען מיט אן אומקלארקייט איבער וואס די סטאנדארטן אין פרומקייט דארפן זיין, און ער האט נישט קיין צוגאנג בכלל צו די גרויסע פראגעס אין לעבן.

און מיר אליין, ווען מיר קוקן זיך אין דעם אלעמען איין, ווערן מיר צעריסן פון דער דילעמע, וויאזוי מיר זאלן אויסשטעלן דעם חינוך פון אונזערע קינדער. איז עס יושר מיר זאלן פון אונזערע קינדער צונעמען די קלארע ראייה? איז עס יושר צו לאזן זיי לעבן ווי אן אפגעזונדערטע סעקטע, אנעם אנקניפן א געהעריגן שייכות מיט אנדערע אידישע שטראמונגען? און איבער אלעמען, איז עס ריכטיג צו לעבן אומרעאליסטיש בנוגע פינאנציעלע פראגעס אינעם פריוואטן לעבן, און אין פאליטישע פראגעס אינעם קאלעקטיוון לעבן? ווילן מיר טאקע אז די קינדער אונזערע זאלן באטראכטן א האלבע וועלט ווי סוב-מענטשן? ווילן מיר טאקע אז זיי זאלן זיך נישט באטראכטן ווי א טייל פונעם אידישן פאלק, נאר אויף אזוי ווייט ווי ס’שטימט מיט די חרדישע קריטעריעס פון אידישקייט?

די דילעמע איז ווירקליך א שווערע, און צו טרעפן די לעזונג דערצו איז אונזער פליכט. בעצם וואלט די דילעמע נישט געדארפט עקזיסטירן, ווייל אונזער געזעלשאפט וואלט געקענט בליען אין א אידישליכן אופן אויך אן די ספעציפישע אייגנשאפטן וואס כאראקטעריזירן איר היינט צוטאגס, אבער וויבאלד דער מציאות איז נישט אזוי, איז עס אונזער תפקיד צו טרעפן דעם פערפעקטן באלאנס פאר אונזערע אייגענע קינדער און אונזערע אייגענע דורות. מיר דארפן טרעפן דעם וועג צווישן די טראפן, צווישן אן אולטרא-ליבעראלן פאסט-מאדערניזם פון איין זייט און אן אנטי-מאדערניזם פון דער אנדערער זייט. היינט מה דאך מיר ווערן אליין צעדרוקט, וויאזוי שוין זאלן מיר קענען אוועקשטעלן א מהלך פאר אונזערע קינדער? בכן איז דאס די אָ דילעמע פון אונזער לעבן…