Yiddish with an Aleph

די נשמה קען מען נישט בינדן

The Soul Can Not Be Trapped

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

דעם גוף קענט איר בינדן, דעם קערפער קענט איר אראפצווינגען אויף א פלאץ, אבער די נשמה נישט. דעם חומר קענט איר הייסן וואס צו טון, אים קען מען אריינשטעלן אין א סטרוקטור פון געזעצן און כללים, איר קענט ארומדרייען א שטעכל-דראט ארום דעם קערפער אז ער זאל פון דער תפיסה נישט אנטלויפן, איר קענט אים אפילו צייגן דעם גיהנם ביי די פיס, אבער די נשמה פארבלייבט פריי, ווי א פויגל וועלכע שוועבט אין די הימלען, אפגעריסן ווייט פון אויסגעפלאסטערטע וועגן און שאסייען. זי קען אפשר זיין צעבלוטיגט, זי איז מעגליך פארוואונדעט, אבער פארט פריי.

דער גוף שרעקט זיך פאר א וואונד, אבער פאר דער נשמה איז עס ברענשטאף. מיט יעדן קלאפ וואס קומט צו, מיט יעדן אייטער וואס ווערט געעפנט, ווערן אירע קעמערלעך אלץ טיפער, אירע פליגלעך ברייטער, און איר תביעה אויף יושר באגלייט זי אינעם ליד. אויב איר האט עס ביז איצט נישט איינגעזען, אדער אויב איר פארשטייט דאס נישט פון זיך אליין, האט איר מסתמא זיך נישט אנגעשטויסן ביז אהער אין דעם אינערליכן כח וואס שטעלט אוועק דעם מענטש. איר קענט דאס נישט אונטערשאצן.

די נשמה שאקלט זיך שטיל, ס’דאכט זיך אויס אז זי שלאפט, אבער אז איר וועט צולייגן אן אויער וועט איר דערהערן די תקיעות פונעם שופר. די הכנעה פונעם גוף קען נישט דינען ווי אן עדות אויף גארנישט, ווייל דער אינערליכער שטורעם איז צארט און קוים קענטיג פאר א דרויסנדיגן אויג. ס’איז נישטא קיין תפילה וואס איז נישט אויסגעוואקסן אין קאנפליקט, און א ליד וואס איז נישט אויסגעבריט געווארן פון א סתירה צווישן דעם מציאות און דעם חלום.

דעם גוף קען מען צווינגען צו קניען און פאלן כורעים צו אפגעטער, אבער דאס הארץ קענט איר נישט פאנגען. מיט יעדן בייג וואס די קניען גיבן, מיט יעדן קנייטש וואס די פיס מאכן, קענט איר זיכער זיין אז דאס הארץ גיט א קני אויף דער פארקערטער זייט. אז דער גוף מאכט עושה שלום אויף צוריק, מאכט זי דוקא עושה שלום אויף פאראויס. ווייל זי איז שוין פון לאנג דערגאנגען דעם סוד אז דארט וואו מענטשן טרעפן גאט איז עס דוקא אויף דער פארקערטער זייט.

שטעלט אויף אן אפאראט וואס זאל נאכשפיאנירן יעדן טריט פון מיין טאג, אבער מיין נאכט וועט איר נישט דעריאגן. אייער האנט איז נאר אזוי לאנג ווי דער שטראל פון דער זון, אבער די נאכט איז ווייטער און ברייטער פון דעם. אזוי לאנג ווי איך וועל לעבן, וועל איך פארהיטן די הייליגטום פון מיין נאכט, דער סוד פון מיין נשמה, און נישט דערלאזן זי זאל פארשוועכט ווערן דורך דרויסנדיגע אינוואדירער, ווייל אין דעם טאג וואס דאס וואס וועט פאסירן וועט מיין משמעות אין לעבן קומען צו אן ענדע.

אבער בלוטיגן וועט די נשמה בכל אופן, און אמאל, פון צייט צו צייט, וועט דאס בלוט פארפלייצן איר וועזן און שווער מאכן דאס פליען. אזוי געווענליך טאקע נישט, אבער א מענטש איז פארט נישט קיין מלאך, און אלעס קען זיך מאכן. פון אט דעם בלוט וואס טריפט פון דער נשמה שאפן זיך יענע רויטע טייכעלעך אין וועלכע מענטשן באדן זיך צייטנווייז, נישט וויסנדיג פון וואנעט דאס קומט, ווי ס’שטייט ביי פרעה אז ער האט זיך געבאדן איטליכן טאג אין בלוט-וואסער כדי צו פארלייכטערן די קרעץ וועלכע האבן אים געביסן.

דאס איז אבער קינדישע מעשיות נאך אלעמען, ווייל דער עיקר איז אז די נשמה בלייבט לעבן און זי איז פריי. ס’מאכט זיך אמאל אויך, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אז א נשמה שטארבט, אבער דאס איז זעלטן. דאס געשעט נאר נאכדעם וואס זי איז משלים מיט דער פאזיציע פונעם גוף און זי גיט זיך אונטער פאר’ן גורל, אבער כל זמן זי איז גרייט צו פירן דעם קאמף, ווי לאנג זי איז גרייט אריינצונעמען די פיילן, איז זי פארזיכערט מיטן לעבן, אויף להכעיס אלע שונאים. זי אליין וועט ווייטער שוועבן איבער פעלדער און וועלדער, לענדער און קאנטינענטן, אמאל וועט זי לאכן און אמאל וויינען, אבער פריי וועט זי זיין, מיט אן אייביגן גערן נאך א פיזישער גאולה.