Yiddish with an Aleph

דער גיבור מיט׳ן קוים-קערפער

A Hero With a Body Full of Air

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

ס׳איז אמאל געווען א לאנד וואס האט געטראגן דעם נאמען „פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע‟. אמעריקע, ווי דאס לאנד איז אנגערופן געווארן בקיצור, איז געווען רייך און מעכטיג, מיט א ריזיגן איינפלוס אויף דעם הלוך ילך פון אלעם איבער כמעט דעם גאנצן ערד-קוגל. זי האט פארמאגט א מיליטער מיט וועלכן קיינער האט זיך נישט געקענט פארמעסטן; אויך ריזיגע אוצרות, פון געלט און נכסים, האט דאס שטארקע לאנד פארמאגט מיט א שפע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן.

דאס לאנד עקזיסטירט נאך, אבער קיין וועלטס-גרויסמאכט איז זי שוין נישט. זי איז נאך גרויס און שטארק, אבער מער אין אנזען און רעפוטאציע ווי למעשה אינעם מציאות.

אמעריקע פארמאגט א מיליטער וואס שטעלט אין שאטן די קרעפטן פון אלע אירע שונאים אינאיינעם. דער פראבלעם איז נאר דאס, אז די אמעריקאנער כוחות, אויפגעבויט אין משך פון לאנגע יארצענדליגער, איז נישט געשניטן פאר די שלאכטן מיט וועלכע די היינטצייטיגע וועלט דארף זיך ספראווען. דאס אמעריקאנער מיליטער קען איבערוועלטיגן, אייננעמען, און צעשטערן סיי וועלכן לאנד אדער שטח אויף דער וועלט. דער פיינט מיט וועמען אמעריקע, ווי די פרייע וועלט בכלל, שלאגט זיך איז אבער נישט קיין לאנד און אויך נישט קיין דעפינירטע גרופע מיליטערלייט. דער שונא איז א יחיד, א מחנה יחידים, אויסגעשפרייט איבעראל און אין ערגעץ. די פיינטליכע סאלדאטן מארשירן נישט אין ארגאניזירטע גרופעס און טראגן ניטאמאל קיין לייטישע מונדירן. דער שונא האט נישט קיין באשטימטן, באצייכנטן ארט פון וואו ער שלאגט זיך און וועלכן מען קען “אייננעמען”. נישטא. ער איז אינעם ציווילן אויטאמאביל פונעם שכן, הינטער דער פלויט פון יענעם באשיידענעם הייזקע אין א שטילער געגנט, און אינעם סאלאן פון יענעם הויז, אט דארט…

ווען דאס לאנד האיטי איז אין 2010 באטראפן געווארן פון א שרעקליכן ערדציטערניש, האבן צענדליגער לענדער פון גאר דער וועלט געשיקט הילף צו די באטראפענע ערטער. די רייכע אמעריקע האט אויך געשיקט א ריזיגע מיליטערישע שיף, פול מיט מעדיצינען, עסן, און מכשירים, געצילט צו לינדערן די צרות פון טויזנטער הונגעריגע, היימלאזע, פארוואונדעטע האיטיער בירגער. די שיף מיט כל טוב איז אנגעקומען, אבער איין זאך האט געפעלט: א דאקטאר, וואס זאל וויסן וויאזוי צו נוצן די מעדיצינישע צוגעהערן.

דאס איז א קלאסישע אילוסטראציע וואס באצייכנט דעם אמעריקאנער שלימ’מזל ווען עס קומט צו מיקרא-ענינים און פרטי-פרטים. א גרויסער, שטארקער, לאז שוין אפילו זיין גוטהארציגער ריז, אבער קען נאר בויען גרויס און ברייט און אויך צעשטערן אויך נאר אויפ’ן ריזיגן פארנעם. ווען עס קומט צו פראקטישקייט, קליינס, לאקאל, פרטים, איז אמעריקע ווי אן איבערוואגיגער גיבור וואס פרואווט דערשלאגן א נודנעם פליג אין א שמאלן ווינקל.

ווען עס קומט צו א קריג מיט רעבעלן, אומארגאניזירטע יחידים טעראריסטן וואס זענען אבער יא אויסגעשטאט מיט גוטער טעכנאלאגיע און פארגעשריטענעם געווער, קען די מעכטיגע אמעריקע זיך נישט קיין עצה געבן. זי ווייסט נישט וויאזוי מען עסט אזא קאנפליקט. זי פארמאגט א פלאטע מיט מעכטיגע קריגס-שיפן, אבער וואוהין גייסטו זיי אפשיקן? און די מחנות פליגערס, מיט פאנטאסטישע מעגליכקייטן – וואוהין וועלן זיי פליען? אויף וועמען וועלן זיי צילן זייערע מיסילס און באמבעס?

ווען עס קומט צו דעם לאנד’ס עשירות, האבן מיר שוין ביים לעצטן פינאנציעלן קראך גוט געזען אויף וויפיל די אמעריקאנער עקאנאמיע איז גוט אויסצוהאלטן א קאטאסטראפע. ס’האט א האר געפעלט ביז דאס גאנצע עשירות זאל אוועק מיט’ן רויך.

אויפ’ן דיפלאמאטישן פראנט ווייסט שוין היינט יעדער, אז אמעריקע’ן שמייכלט מען אין פנים אבער הינטער די פלייצעס לאכט מען זיך גוט אויס. אמעריקע שפילט אויס שיינע שמייכל-שמועסן, אויסגעהאלטן למהדרין לויט אלע כללים פון דיפלאמאטישער עטיקעט, בעת דער צווייטער צד נוצט דוקא אויס די פריינטליכע געשפרעכן אויף צו געווינען צייט און אויספירן דאס זייניגע. יענער לאכט פון דיר, און דו ווייסט עס גוט, אבער דו וועסט בלייבן שמייכלען און זיך אויסטוישן פארמעלע אפמאכן, וואס זענען קיינמאל ביי קיינעם גארנישט ווערט געווען.

אמעריקע איז א גרויסער, מעכטיגער ריז, וועמענס תוך האלט אין איין אויסגעגעסן ווערן. זי איז גענוג גרויס און שטארק צו בלייבן שטיין פאר א שטיק צייט, און זי דערהייבט א סך אזעלכע עסנדע באקטעריעס. אבער די געדערם האלטן אין איר אין איין איינדארן, און ווען דער דאזיגער גיבור וועט פלוצים אומפאלן, וועלן אלע זען אז דער קערפער זיינער איז שוין לאנג געווען הויל און פול מיט לופט.