Yiddish with an Aleph

„פֿריילעך‟ און באַקריוודעט

Gay and Wronged

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

איך פארשטיי לחלוטין נישט דעם טומל ארום דעם געריכטליכן הייראט-היתר פאר האמאסעקסואליסטישע פארלעך. קיינער האט די „פרייליכע‟ געמיינדע ביז יעצט אויך נישט געשטערט פון טאן וואס זיי האבן געוואלט און פירן באציאונגען מיט וועמען ס’האט זיך וועמען געגליסט. איז, וואס האט זיך יעצט געביטן?

זייט מיר מוחל, אבער איך גלייב נישט אז דער קאמף פאר „גלייכהייט‟ אין הייראט האט געמיינט די קעגנזייטיגע בענעפיטן וואס די רעגירונג שלאגט פאר פארהייראטע פארלעך. איך קויף עס נישט, און שטילערהייט פארדעכטיג איך אפילו, אז א סך פון די וואס האבן פריער אזוי געטומעלט און שפעטער זיך אזוי געפרייט מיט’ן געריכט-פסק וואלטן בכלל חתונה געהאט, אויב זיי וואלטן געווען „גראד‟.

איך פארשטיי אויך נישט די שרעקליכע קעגנערשאפט מצד דעם רעליגיעזן עולם איבער’ן לאנד. ס’איז, גלייבט זיך, שווער אז די רוגזה נעמט זיך פון דעם ביבלישן פארבאט קעגן האמאסעקסואליסטישע באציאונגען, ווייל – וואס מאכן מיר זיך נאריש – איז דען האמאסעקסואליסטישע באציאונגען דער איינציגער ביבלישער איסור? אין דעם תחום פון סעקסואלע באציאונגען אליין איז פאראן א שלל מיט איסורים, כמעט אלע פון וועלכע זענען גאנגבארע ארטיקלען אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. פארוואס האט דער רעליגיעזער עסטאבלישמענט זיך פארטשעפעט דוקא אויף דעם?

בכלל, וואס איז דען יעצט ערגער מיט דעם וואס די רעגירונג וועט אנערקענען די „רעכט‟ פון אזעלכע פארלעך? דער ביבלישער פארבאט באציט זיך צו די אייגנטליכע באציאונגען, און דער אפיציעלער סטאטוס, פאר’בחור’ט אדער פארהייראט, טוישט גארנישט און שפילט קיין שום ראלע.

נאך מער, פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט, מיינט א ציווילער הייראט ממש גארנישט. חתונה האט מען דורך א גייסטליכן, וואס פאלגט נאך די אנווייזונגען פון דער ספעציפישער רעליגיע. דער שטאט’ס אנערקענונג מיט’ן דאקומענט וואס דערקלערט צוויי מענטשן ווי א פארל מאכט פאר’ן רעליגיעזן הייראט גארנישט אויס. אויב מיינט עס גארנישט, פארוואס שטערט עס אזוי ווען דאס געריכט האט באשלאסן זיי אריינצונעמען אינעם כלל פון ציווילע הייראטן?

עפעס זאגט מיר, אז די סיבה פאר ביידן, דער שמחה און דער קעגנערשאפט, ליגט אין איין און דער זעלבער נקודה. האמאסעקסואליזם ווערט דורך דער מענטשהייט געזען ווי אן אומגעווענליכקייט. צי ס’איז באמת אזוי איז שוין ווייניגער וויכטיג; וויכטיג איז נאר אז אין משך פון טויזנטער יארן האט רוב וועלט עס אזוי געזען, און אזא איינגעבירגעטע געוואוינהייט רייסט זיך נישט ארויס איבערנאכט. די „פרייליכע‟ מענטשן זוכן אנערקענונג — זיי ווילן געזען ווערן ווי נארמאל און געווענליך, און דערפאר גייט עס זיי אין לעבן אז זייער סעקסואליזם זאל אויך געזען ווערן ווי נארמאל און געווענליך.

די רעליגיעזע געמיינדע האט אן ענליכן פראבלעם. די מענטשהייט האט יארן לאנג זיך געמוטשעט ארויסצוקריכן פון דער בושה וואס איז במשך לאנגע דורות געקומען אינאיינעם מיט סעקסואליזם. רעליגיע האט זיך נאכנישט באוויזן צו באפרייען פון דעם „טאבו‟, אפילו די סעקולערע געזעלשאפט פרובירט מיט אלע כוחות אויסצורייסן די שולד- און שאנד-געפילן וואס זענען טיף פארנעסטעוועט אין דער סוגיא. סתם סעקס האט פאר דעם צוועק באקומען שיינע צוגעפאסטע נעמען, ווי „ראמאנטיזם‟, „ליבע‟, און ענליכס. ס’איז אבער בלויז א דינער צודעק, ווייל די בושה איז צו טיף און אויף צו לאנג שוין פארנעסטעוועט אין דער מענטשליכער פסיכיק אז בלויז בייטן דאס מאנטל זאל זי באזייטיגן. ווען עס קומט צו אומקאנווענציאנעלע סעקס-זאכן, קומען די אומבאקוועמליכקייטן צוריק ארויף און מאכן די מענטשן אומבאקוועם. און דערפון, מיין איך, קומט די ליידנשאפטליכע קעגנערשאפט צו האמאסעקסואליזם ביי דער רעליגיעזער געמיינדע.

וואס איז די עצה? פשוט: די רעגירונג זאל אפלאזן די גאנצע נושא פון הייראט. מענטשן מעגן שוין ווי עס איז, אן דעם נייעם געזעץ, טאן צווישן זיך וואס זיי שמעקט. איז, צי וואס דארף די רעגירונג מסכים זיין? וואספארא נוצן ברענגט דער סטעמפל און הייראט-שיין?

אזוי לאנג ווי הייראט שטייט איין ביי רעליגיע, קען ער האבן א געהעריגן מיין און משמעות, ווייל דער ביבל זאגט דאך שוין וואס דאס מיינט. איינמאל די רעגירונג קומט אריין אין בילד, ברענגט זי מיט א צעמישעניש און אומנויטיגע קאמפליקאציעס. ווען די רעגירונג, וואס פאדערט גלייכהייט און אייניגקייט, רעדט אריין אין הייראט, הייבט זיך אן א סדרה פון קריגערייען איבער ווער, וואס און וויאזוי, און די זאך וועט שנעל דערגיין צו אבסורד. אויב גלייכהייט, פארוואס זיך אפשטעלן ביי צוויי מענטשן פון זעלבן מין? פארוואס נישט טארן חתונה האבן פער-זיבן? פארוואס נאר מענטשן: און אויב בין איך פארליבט אין מיין קאץ? אין מיין קאמפיוטער? אין א טויטן קערפער?

איך גלייב אז דער רעגירונג’ס פארמישט זיין אין הייראט איז אן איבערבלייבעניש פון אמאל, ווען רעליגיעזע דאגמעס האבן דיקטירט דעם סדר היום אין לאנד. היינט, ווען אלעס לויפט אויפ’ן סעקולערן נוסח, קען די רעגירונג רואיג זיך אפטראגן פון דער נושא און זי לאזן צו דער רעליגיעזער עסטאבלישמענט.