Yiddish with an Aleph

אין גלות ביי זיך

In Exile Here at Home

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

מיין חשוב׳ער קאלעגע „ואיה וענה‟ האט אין פאריגן ארטיקל זיינס זיך צעקרעכצט איבער דעם כלל-גלות אין וועלכן מיר, א גרויסער חלק פון אידישן פאלק, געפינען זיך. שיין געוויינט! זיין געוויין איז נישט באשטאנען פון א כאאטיש העשען; ער וויינט מיט קלאס און צום טאקט. ער ווייסט וואס אים שטערט. ער קען זיך און פארשטייט וואס אים עגבערט.

רוב פון אונז איז אנדערש. מיר וויינען ווייל עס קלעמט ביים הארץ, ווייל ס׳איז ענג אין קאפ, אבער ס׳איז אונז נישט קלאר וואס שטערט און פון וואו די ענגשאפט נעמט זיך.

מיר לעבן אין אן אנגעצויגענער וועלט פול מיט שפאנונג און דאגות. מיר פירן א לעבן וואס שטייט אין כמעט יעדן אספעקט אין שארפסטן קאנטראסט צו די אומשטענדן און דער סביבה. די קולטור פון דער געזעלשאפט אין וועלכער מיר פירן אונזער כלומר׳שט-באשיידענעם לעבנסשטייגער ווערט פאקטיש דיקטירט דורכ׳ן ארום. יא, מיר זענען אנדערש, אבער נאר אין די זאכן אויף וואס מיר שפענדן דאס געלט און די השגות און געשמאק. די פרטים ווערן טאקע באשטימט פון אינעווייניג. דער סטאנדארט אבער קומט פון דרויסן – וואו משפחה, שוין אפגערעדט פון גרויסע משפחות, און די אויסגאבן זענען שטארק נשפע פונעם ארום.

ס׳איז נישט נאר מיט פינאנצן, נאר אויך דער דער אופן ווי מיר לעבן, וואס איז אויסגעשטעלט צו זיין מיט און ארום דער משפחה, אבער די סביבה זאגט און דיקטירט אנדערש. דערפאר זוכן מיר שטענדיג וואו און וויאזוי צו אנטלויפן און כאטש אויף א וויילע פטור ווערן פון דעם „יאך‟. ווייל אזוי איז די פסיכיק, דער וועג פון טראכטן, פון דער געזעלשאפט ארום אונז. ווען מיר זינגען זיך דעם ניגון אז מיר וואוינען און לעבן פאר זיך, און ווערן נישט נתפעל פון דער סביבה און דער אמעריקאנער קולטור, נארן מיר קיינעם נאר זיך אליין. ס׳איז נישט אמת אז מיר זענען ממשיך די טראדיציע פון מזרח אייראפע. בכלל נישט. מיר האבן בלויז גענומען די אויסערליכקייטן פון יענעם לעבן און זיי אנגעטאן נייע אויבער-בגדים: אמעריקאנישע, היינטצייטיגע, ניימאדישע. אונזער לעבן האט נישט קיין שייכות מיט יענעם נאסטאלגישן פשטות, וואס האט באמת קיינמאל נישט עקזיסטירט אין די צייטן פון די וואס זינגען דעם „אלטערהיים‟ ניגון.

אידישקייט, וועמענס ציל איז צו זיין א וועג פון לעבן מיט רואיגקייט, מנוחה און שמחה, איז פארוואנדלט געווארן אין א מיטל צו האלטן דעם עולם „אין די ראמען‟. וועלכע ראמען? דער ראם פון דער געזעלשאפט, די זעלבע וואס איז אויסגעשטעלט געווארן צו פונקציאנירן פונקט פארקערט ווי דער שכל פון אזא לעבנסשטייגער וואלט געזאגט. מען קען אין דער הויפטשטאט פון ביזנעס, קולטור און טעכאנאליע נישט זיין פשוט, נאאיוו און אלטמאדיש. די וואס זאגן אנדערש זענען, אדער מאכן זיך, בלינד און טויב. ווי קען מען פארלאנגען פשטות און תמימות, ווען פון אלע זייטן זינגט און גלאנצט א וועלט מיט טומל און רייצנדע קאלירן?

אויב איז אמאל געווען אנדערש, איז עס דערפאר ווייל די השגות און סביבה זענען געווען אנדערש. ווילסט פארזעצן יענעם וועג פון לעבן, וועסטו דארפן אריבערפירן דעם עולם צו אזא מין וועלט, אדער געבן א היינטצייטיגן פירוש רש״י אויף יענע קאנצעפטן. מ׳קען נישט זינגען א ניגון וואס הערט זיך פרעמד ביי אלעמען, אריינגערעכנט די זינגערס זעלבסט, און צווינגען דעם פובליקום הנאה צו האבן פון די טענער. וואלט איינעם איינגעפאלן צו טאנצן א „הארא‟ צו דער מוזיק פון די רויט-הויטיגע שבטים וואס האבן דא געוואוינט איידער דער ווייסער מענטש איז אנגעקומען פון אייראפע?

פארמאכטקייט און תמימות גייען נישט אינאיינעם מיט א פארשווענדעריש לעבן, טייערע הייזער, לוקסוריעזע אויטאמאבילן, ניימאדישע אנצוגן, און א לעבנסשטייגער וואס קאסט גארנישט ווייניגער ווי דעם מיטל-איינקונפט פארדינער פון „קאָרפּאָרעט אמעריקע‟. אונזערע מאדעס, פונקט ווי די מאכלים און השגות, זענען טאקע נישט די זעלבע ווי די באפעלקערונג אינדרויסן, אבער זענען יא אויסגעהאלטן לויט אלע כללים פון די מאדעס אויף אונזער היימישער גאס.

אנשטאט זיך אפשטעלן א רגע און טראכטן רעאליסטיש וויאזוי צו העלפן דעם עולם לעבן ווי אידן לויט די אומשטענדן פון היינט, באקעמפט מען דאס מציאות פונעם לעבן ווי ס׳איז. וואספארא אומזין! דער עולם איז דען שלעכט? וויל דען נישט דער רוב פון אונז זיין ערליך און טאן וואס פארלאנגט זיך? זאל עס אבער קלעבן; זאלן די אנווייזונגען זיין אזעלכע וואס וועלן אונז באמת העלפן לעבן ווי אידן און זיך אויפפירן ווי מענטשן.

דאס איז מיין געוויין. איך וויין אויף דעם וואס ס׳קומט זיך צו וויינען, אבער מיר ווייסן אליין נישט פארוואס. דאס איז דער אמת׳ער גלות, און מיר וועלן פריער מוזן אויסגעלייזט ווערן פון דעם, איידער מיר וועלן קענען באמת זוכה זיין צו יענער אויסגעבענקטער גאולה.