Yiddish with an Aleph

חנוכּה בײַ אַ מיידל אין אַ חסידישן שטעטל

Hanukkah For a Young Girl in a Hasidic Shtetl

פֿון שפֿרה לעווין

  • Print
  • Share Share
הײַנט פּראַוועט די מחברטע חנוכּה זייער אַנדערש ווי אַמאָל. אויפֿן בילד: איר טעכטערל גרייט זיך צו צינדן איר אייגענעם חנוכּה־לאָמפּ

חנוכה ברענגט ארויף אזויפיל זכרונות…

איך קען נאך הערן די שניי זיך ברעקלען אונטער מיינע פיס שפאנענדיג אין די שטילע טינקעלע גאסן פון מיין קליינע שטעטעלע. לעכטעלעך שיינען ארויס פון די פענסטער פון יעדע הויז און עס פילט ווי זיי שמייכלען צו מיר. אין ביידע הענט טראג איך אנגעפולטע זעקלעך. אין זיי ליגן פרישע הייסע מאלצייטן פאר די נייע קינד-בעטארנס זיך צו דערקוויקן. א קאלטע ווינט נעמט אדורך די ביינער אבער אין הארצן איז מיר ווארים.

איך האב אזוי ליב געהאט די מינוטן. באקאנטע פלעגן מיר פרעגן וויאזוי איך ווער נישט מיד פון גיין אין די היצן און קעלט, רעגן און גליטש. אבער מיין טייערע מאמע זאל זיין געזונט האט אין אונז אריינגעלייגט אזויפיל ליבשאפט צו חסד, איר גרעסטע גליק איז אלעמאל געווען מחי׳ צו זיין א צווייטן. איך האב געזען איר פנים אויפשיינען ווען מיין טייערע טאטע פלעגט ברענגען אן אומגעראכטענעם גאסט צו נאכטמאל. עס האט אריינגעברענגט א פרייד אין הויז. יעדעס מאל וואס זי האט צוזאמקלאפט א הייסע פרישע מיטאג פאר א קראנקן אין שפיטאל, אדער פאר א מאמע פון א ניי-געבוירן בעיבי, האט זי אויסגעזען ווי זי וואלט געווינען א לאטערי טיקעט. 

פון מיינע זיסטע חנוכה זכרונות זענען יענע מאמענטן שלעפנדיג „עושה חסד‟ זעקלעך אין די אוונט טינקלקייט, ארומגענומען מיט חנוכה-ליכטעלעך און ווייסע שניי.

יארן שפעטער ווען איך האב שוין געוואוינט אין גרויסן שטאט, ווייט פון מיין קליין שטעטעלע, מיט מיין פאמיליע פון פיר יונגע קינדער, איז געקומען א נייע זיסע חנוכה דערפארונג. מיין יונגע טאכטערל האט באקומען א מנורה צו קענען צינדן צוזאמען מיט איר ברודער. די פרייד אויף איר פנים האט אפגעשפיגלט די גליק אין מיין הארץ. איך האב גוט געדענקט ווי שטארק איך פלעג מקנא זיין אלס קינד, און אזוי געוואלט האבן א מנורה צו צינדן, אזויווי געציילטע פון מיינע חבר׳טעס. אבער אסך פרומע טאטעס פון אונזער קרייז האבן געגלייבט אז מיידלעך טארן נישט צינדן די מנורה. גרויס איז געווען מיין שמחה צו זעהן ווי מיין קליינע טאכטערל קען פייערן דעם יום טוב צואמען מיט יעדן.

עס ליגט מיר אין די ביינער אויך גאר אן אנדערע חנוכה געשעהניש: א פייערדיגע דרשה אין סקול וועגן די סכנה פון ספרים חיצונים. די לערערין האט אויך ארומגערעדט די געוואלדיגע כח פון א שלעכטע איינפלוס. זי האט נאכגעזאגט די חסידישע ווארט: וואויל איז פאר די אויגן וואס האבן געזען אויגן, וואס האבן געזען א צדיק פון פריערדיגן דור. און זי האט ארויסגענומען א מוסר השכל און אונז געלערנט אז לויט דעם קען מען זאגן: וויי צו די אויגן וואס האבן געזען אויגן, וואס האבן געזען די טמא׳נע כלי: טעלעוויזיע. איך האב זיך דערשראקן זיך אנצוזאפן מיט אזא טיפע השפעה און מטמא זיין מיין נשמה, האב איך זיך פארגענומען מער קיינמאל נישט צו קוקן אין די אויגן פון א גוי. (ווען א גוי האט גערעדט צו מיר האב איך שטארק אכט געגעבן נישט צו קוקן אים אין פנים, נאר פאר א מינוט ווען עס פעהלט אויס בלית ברירה.)

שפעטער האב איך אויסגעפינען א שרעקליכע זאך: מיין טייערע חבר׳טע וואס האט נישט געהאט קיין מאמע, האט ליידער אנגעהויבן ליינען ענגלישע ביכער. נישט גוי׳שע ביכער, אבער ס׳איז אלס איינס געווען אין מיין יונגע מח ווייל די לערערין האט דאך אזיפיל גערעדט וועגן די געפאר פון די טמא׳נע ענגלישע שפראך און ווי טיף עס קען ווירקן אויף די נשמה. איך האב אפגעמאכט אז איך מוז עפעס טון צו ראטעווען מיין טייערע חבר׳טע׳ס נשמה. כל ישראל ערבים זה לזה. 

איך האב געווידמעט יעדע פרייע מינוט אין טאג מסדר צו זיין די הונדערטער „דאס אידישע ליכט‟ העפטלעך, וואס מיר האבן געהאט אין הויז. ווען מיין חבר׳טע האט מיר דערציילט ווי שטארק זי זיכט א גוטע ביכל צו ליינען האב איך פארגעשלאגן: „אויב דו ווילסט קען איך דיר ברענגען אינטערעסאנטע ׳פארזעצונגען׳ (סעריעס) פון ׳דאס אידישע ליכט׳.‟ זי האט זיך געפרייט פון מיין פֿארשלאג און מיר שטארק באדאנקט.

איך האב זיך געפילט גליקליך: מיט יעדע יידישע ביכל וואס איך געב כאפ איך אריין די געוואלדיגע זכות פון אפהיטן איר נשמה פון סכנה פון די ענגלישע ביכלעך וואס זי וואלט געליינט אנשטאטס דעם…

לאנג האט אבער מיין גליק נישט אנגעהאלטן. מיין חבר׳טע האט געשלינגען ליין-מאטריאל ווי א דורשטיגער אין מדבר, און אין א קורצע צייט האב איך זיך ארומגעזעהן אז די קוואל פון פארזעצונגען האלט זיך שוין ביים ענדיגן… איך האב געפרעגט מיין מומע׳ן אויב איך קען בארגן אירע אלטע בענדער, און געזעסן שעהען ביי אן אנדערע מומע מסדר צו זיין איר „אידישע קוואל‟ אבער איך האב איינגעזעהן אז איך וועל מיזן אויפקומען מיט א פלאן ווייל די אלע קאלעקציעס זענען איינס איינס אויסגעגאנגען. ענדליך איז מיר איינגעפאלן: אפשר קען איך אליין אנשרייבן א „פארזעצונג‟?! איך וועל עס מאכן מיט א גוטן מוסר השכל וואס זאל איר געבן די שטארקייט קעגן אירע שווערע נסיונות.

איך וויל אבער נישט זי זאל וויסן אז איך שרייב דאס, וועל איך עס מיזן אפדרוקן אז ס׳זאל אויסזעהן מער עכט, און זי זאל עס וועלן ליינען.

די שאלה איז נאר: וואו קען איך עס טייפן??

איך האב באשלאסן צו פרואוון מיין מזל מיט א גוטהארציגע שכנה וועלכע האט געהאט א קאמפיוטער אין שטוב פאר איר מאן׳ס ארבעט.

יארן שפעטער, ווען איך בין א כלה געווארן, האט מיר יענע זיסע שכנה געזאגט אז זי האט פאר מיר א ספעציעלע „דרשה געשאנק‟. זי האט ארויסגענומען מיין בריוו וואס איך האב צו איר געשיקט, און מיר דערציילט ווי שטארק עס האט איר איבערגענומען מיין תמימות. „איך האב עס אזוי ליב געהאט אז איך האב עס באהאלטן פאר דיר צו געבן, ווייל איך האב געוואוסט דו וועסט זיך פרייען‟.

פאלגנד איז די בריוו וואס איז געבוירן געווארן פון א לערערין׳ס פייערדיגע חנוכה דרשה: