Yiddish with an Aleph

היט אייך פון אידישער געשיכטע, עס בייסט!

Studying Jewish History is Toxic

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
אַ טראַגיש קאַפּיטל־געשיכטע: אין יאָר 1349 האָבן די אײַנוווינער פֿון באַזעל, שווייץ, באַשולדיקט די ייִדן אין גורם זײַן די שרעקלעכע מגפֿה

אויב ווילט איר האבן א רואיג לעבן, איז מיין עצה צו אייך: רירט נישט צו צו קיין אידישער געשיכטע. ס’הייסט אזוי, איר מעגט אוודאי ליינען היסטאריע אויבערפלעכליך, אביסל פון דא אביסל פון דארט, זיך באקענען מיט די גרויסע געשעענישן פון אונזער פארגאנגענהייט, נאך בעסער איז אויב איר גייט מתחילה צו צו דעם מיט אן אולטרא-שטחיות’דיגן, און מיט א שטארקן זעלבסט-צענזורירנדן בליק וויאזוי אלעס אויסצוטייטשן.

אבער אריינקריכן טיף אין אונזער היסטאריע, זיך באקענען גוט מיט די פארשידענע אידישע גלות’ן, אט דאס זאג איך אייך אן איר זאלט נישט טון. קיינמאל זאלט איר דאס נישט טון! לאמיך אייך זאגן פארוואס. אז איר וועט ליינען וואס מיטן אידישן פאלק האט זיך געטראפן מיט יארן צוריק, אנגעהויבן מיט די צרות פונעם מיטלאלטער, ביז צו דעם בארבארישן אנטיסעמיטיזם פון דער מאדערנער תקופה, וועלכע האט גארנישט דאס גלייכן, וועט איר נאטירליך זען דעם אידישן היינט אינעם קאנטעקסט פון א גרעסער בילד, און דערמיט וועט איר אנקומען צו א מצב ווי אייער הארץ וועט פאר’ן אידישן פאלק אויסגיין פון פחד און צער.

און דאס זאלט איר וויסן איז א מצב וואס מ’קען שווערליך צוריקדרייען. סתם אזוי האט א מענטש א פרייע בחירה, וואו ער קען זיך אויסוויילן צי ער וויל זיין א פריוואטער מענטש פאר זיך, אדער זיך אוועקגעבן פאר זיין פאלק. דער ערשטער מענטש לעבט זיך א גוטן טאג, דער טונא סענדוויטש ביי פרישטאג האט א גוטן טעם, בפרט נאך ווען ס’האט אפאר טאמאטן און אוגערקעס אינדערצווישן. די שווארמא צו נאכטמאל האט נאך א בעסערן טעם, ווען ס’איז אריינגעפאקט אין א גרויסן בולקעלע צו וועלכן מ’דארף עפענען א גרויס מויל, אז ס’זאל זיך איינגעבן אריינצושטופן עס דורכ’ן שוועל פון די ליפן. און דערנאך קען מען נאך באשטעלן אן אייזקרעם, צוגעשטעלט צו א ווארעמען טשאקאלאד קוכן… פארשטייט איר דאך, אז דאס לעבן איז רואיג, מ’קען אנגיין ווי אלע מענטשן.

אנדערש איז אבער מיט דעם וואס די באוואוסטזיניגקייט פון זיין פאלק שטייט אים ערגעצוואו אויף דער ברוסט. דאס הארץ קלאפט אים אביסל אומרואיג, די גיסטע שטייט אים נישט שטענדיג פאר עפעס מער ווי א אידישער געפילטע פיש, און ער דרייט זיך אזוי מיט א כסדר’דיגע דאגה אויפ’ן קאפ, עלעהיי ער וואלט דארפן אונטערהאלטן די זוילן פון זיין פאלק, אז עס זאל נישט צוזאמפאלן. מיט איין ווארט, דאס לעבן איז נישט דאס זעלבע. און דאס אלץ פארוואס? ווייל מ’האט דערהערט עפעס וואס טרייסלט אויף.

זאג איך אייך דערפאר, אז כל זמן איר האט נישט געקלערט וועגן דעם אלעמען, איז די בחירה נאך אין אייער האנט. דאן קענט איר אויסוויילן וואס איר ווילט טון. ווילט איר, קענט איר עסן סושי, און אז נישט קענט איר עסן בורעקעס. האט איר אבער געליינט אביסל צופיל וואס ס’האט זיך אלץ נישט געטראפן מיט אידן, וויפיל טייכן פון בלוט ס’האבן זיך געשאפן במשך די יארן, פארוואס און וויאזוי דאס האט זיך געטראפן, איז זייער מעגליך אז די סושי וועט זיך אייך מער נישט באקומען. אייך וועט זיך נאר אנהייבן מיטאמאל גלוסטן צו זאגן “איכה” גלאט אזוי אין א גרינעם דינסטאג… עולם ארום וועט מיינען איר זענט משוגע. נאר וואס דען? און זיי וועלן נאך גערעכט זיין אויך.

עפעס וועט אייך דעמאלט נעמען רייסן צו באקענען זיך מער מיטן אידישן וועזן, צו שווערן זיך מסירות נפש פאר’ן פאלק, און טאקע אוועקגעבן זיך אינגאנצן פאר’ן כלל. א קרעכץ וועט באגלייטן אייער טרוימען, און אן אומעט וועט זיצן אויף אייערע זיסע באקן. ס’וועלן די טרערן אייך גארנישט בעסער מאכן, ווייל זיי קענען דעם פראבלעם נישט לעזן. איר וועט נאר זיצן אויף דער ערד ווי אן אבל און אויסקלערן כל מיני מחשבות וויאזוי זיך צו באפאסן מיט די שווערע מסקנות. ס’וועט די וועלט גארנישט האבן מער דעם זעלבן פארב, דער טאג וועט נישט זיין אייניג ווייס ווי ביי אלע מענטשן אויף דער וועלט, און די נאכט וועט נישט זיין אזוי קינדיש רואיג ווי ביי אנדערע קינדער פון אדם און חוה.

איר וועט זיך קוקן אויף די הענט, דרייען עס פון איין זייט אויף דער אנדערער, און נישט זען מער אייער אייגענעם פלייש, וויבאלד אלץ וואס איר וועט זען וועט זיין נאר דאס פלייש פון א איד. דאס פלייש פון א מיטגליד פון א פאלק, וועלכע איז פארכאפט ערגעץ צווישן די פלאנטערנישן פון דער מענטשהייט, דוקא אין סאמע צענטער פונעם אלוועלטליכן געוויסן. דער זכות צו לעבן וועט אייך אויסזען מאדנע, קעגן די מיליאנען לעבנס וואס זענען פארשניטן געווארן פאר’ן נאמען איד. די קשיות וועלן אייך צעדרייען דעם קאפ, און דאס הארץ וועט רוישן אן מנוחה.

נאר וואס א שטייגער קענט איר שוין טון? וואס האבן דען נישט די אידן פאר אונז פרובירט צו טון? איז דען נאך פארבליבן עפעס א געדאנק, כאטש וועלכער, וואס איז נאכנישט געטראכט געווארן אמאל דורך א איד, וויאזוי צו נייטראליזירן דעם אומעט וואס לויפט דורך די שורות פון אידישער געשיכטע, ממש פאר אונז אין די אויגן? ס’איז דאך לא ימלט אז איר זאלט זיך פונקט אליין דערטראכטן צו עפעס וואס קיינער פריער האט זיך נאכנישט דערטראכט. און ווען אפילו איר וועט יא אויפקומען מיט א חידוש, ווייסט דאך נאר גאט צי איר וועט נישט מיט דעם דוקא קאליע מאכן.

נאר אפילו אזוי, וועט ווייניגסטנס אייער פינטעלע ‘איך’ ערגעץ פארלוירן ווערן אינעם ים פונעם פאלק. אייער עגא וואס איז אמאל געווען אזוי גרויס ווי א בארג און הארט ווי א פעלז, וועט מיטאמאל צעגאסן ווערן און ווערן איינס מיט אן אור-אלטן קאלעקטיוו, א נאבעלער און ריינער קאלעקטיוו, וועלכער ראנגלט זיך אויף זיין עקזיסטענץ קעגן ביליגע שונאים, וועלכע האבן נאכנישט אויסגעוואקסן די פרע-היסטארישע חיה’שקייט.

פארפאלן. איר געהערט צום אידישן פאלק, און דאס קענט איר נישט טוישן. וואלט איר געווען א רוס, וואלט איר געקענט לערנען די רוסישע געשיכטע און זיך רייבן אויפ’ן בויך. וואלט איר געווען אן אמעריקאנער, וואלט איר געקענט זיך אין איר געשיכטע שפיגלען. זענט איר אבער א איד, און די אידישע געשיכטע מאָנט. די אידישע געשיכטע איז נישט אזא וואס לאזט זיך דערנאך אוועקזעצן אויפ’ן פאטעל און אויסרויכן א לילקע. זי איז נישט אזא וואס לאזט נאכדעם זיך אויסציען אויף דער גראז און הנאה האבן פון די נפלאות הבורא. צום ווייטאג ניין. די אידישע געשיכטע פאדערט אויף, זי באַאומרואיגט, און אויב האט איר נאר דעהערט איר רוף איז עס שוין אמאל פארפאלן.

געדענק ברודער טייערער, אז איך האב דיך געווארנט…