ווען דער סאטמארער רבי האט געפרעדיגט זיין שיטה פון קנאות קעגן ציונית, זענען אידן געווען צו ארץ ישראל צוגעבונדן מיט דער גאנצער נשמה. זיי האבן אין הארצן זיך ארומגעטראגן מיט א בענקשאפט, וואס איז געטריבן געווארן פון דער גאנצער ענערגיע וואס צוויי-טויזנט יאר צער און האפענונג האבן אנגעהויפנט. ס’איז אויך געווען נאך דער שואה, ווען דאס גייסט פון די איבערלעבערס איז אינאיינעם מיט דעם אידיש לעבן פון מזרח-אייראפע געלעגן אין חורבות. ס’איז דעמאלט שווער געווען נישט צו זען אינעם ציונית א ישועה, און היות ציונית איז געווען אנטי-דת, און ווערן א ציוני האט מער אפטער ווי נישט געמיינט אראפווארפן דעם עול פון אידישקייט, האט דער רבי פארשטאנען אז דאס מוז באקעמפט ווערן.
היינט איז אנדערש. דאס ציונית איז שוין נישט יענע ציונית און דאס קנאות איז ווייט נישט די אייגענע זאך. ציונית — הגם נישט ציונים — איז היינט נאענטער צו דת ווי סעקולאריזם. די פאן-טרעגער פון דעם נאציאנאליזם איז דער פרומער, אדער כאטש טראדיציאנאלער עלעמענט פון דער ישראל-באפעלקערונג. קנאות, ווידער, איז אויך פון א שיטה מיט א ציל און פלאן געווארן א טראדיציע, וואס די סאטמארער קהילות זעען אלס טייל פון זייער קאלעקטיווער אידענטיטעט. קנאות האט כמעט ווי פארלוירן דעם טעם, און איז היינט סתם ראבאטישער המשך צו וואס איז געווען, אויפ’ן נוסח ווי ספאדיקס אין גור און נגינה אין מאדזיץ.
און באמת, איז דאס קנאות אן אפגעדינט געצייג, וואס קען שוואך אנגעווענדט ווערן אין אונזערע צייטן. קנאות דארף מען ווען אין הארצן ברענט אן אהבה און בענקשאפט צו ארץ ישראל. דעמאלט פעלט זיך אויס א שטארקער כוח, אפצוהאלטן מענטשן פון אריינפאלן אין יענעם התפעלות און זיך אנשליסן אין אן ארץ-ישראל פיבער, וואס מיינט אראפווארפן דעם עול המצוות. ביי די קנאישע קרייזן אין אמעריקע איז אבער דער קשר וואס אידן האבן אלע דורות נאטירליך געפילט צו ארץ ישראל כמעט ווי אפגעהאקט געווארן. די בענקשאפט איז פארשטיינערט און די אהבה איז אויסגעלאשן. דער כותל המערבי איז אן אטראקציע-ארט, און ירושלים איז א ווילד פלאץ וואו מען דרייט זיך ארום כעין מערב-אייראפעאישער טוריסט. אין צפת גייט מען זען “היפּיס” און טברי’ איז שיין צוליב דעם בלויען וואסער. חברון און שכם זענען אינעם “מערב-ברעג”, און “מתנחלים” זענען ווילדע מענטשן וואס פראקטיצירן דעם גאנצן ליבן טאג גארנישט מער ווי “התגרות באומות”. “גליל” איז אן אלטפרענקיש ווארט און זיין יחוס איז דער זעלבער ווי די “גוזמאות דרבה בר בר חנה”, און דער הר הבית איז א פלאץ וואו אינטאפאדאס ברעכן אויס.
איך קען זיך נישט פארשטעלן אז דאס זאל דער סאטמארער רבי האבן געמיינט. כ’גלייב נישט, אז דער אוהב ישראל און אוהב ארץ ישראל האט געצילט דערצו, אז צוויי דורות נאך זיין פטירה זאלן די תלמידים פון זיינע תלמידים באשטייען פון מענטשן, ביי וועמען “ותחזנה עינינו” טראגט אן אבסטראקטן משמעות ענליך צו קאבאליסטישע קאנצעפטן. אפילו אידישקייט און מסורה גייען צוריק נישט ווייטער ווי צוויי-דריי הונדערט יאר. די ווארצלען פון דער גלות-אידישקייט שלאגן בערך אזוי טיף ווי די אידישע צרות פון מזרח-אייראפע, און דאס שייכות מיט די ראשונים און פריערדיגע איז נאר ווייל אין דער אלטער-היים האט מען אויך אזוי געטאן.
די צייטונגען און הוגי דיעות פרעדיגן ווייטער דעם קנאות, אבער ס’איז א טויט געשעפט און יעדער ווייסט עס. רעדערס רעדן און הערערס הערן; שרייבערס שרייבן און לייענערס לייענען. אלע ווייסן אבער אז אלע די דרשות זענען נישט קיין סך מער ווי א פארמאליטעט און די צוהערערס זענען אויך דארט נאר ווייל אזוי קומט עס… די גאנצע זאך איז איין גרויסע חוזק-שפיל. דאס קנאות וואס פלעגט אמאל ארויסרופן בייז-בלוט אויף דער אידישער גאס רעגט שוין קיינעם נישט, טאקע צוליב דער זעלבער סיבה: יעדער פילט אז ס’איז א שפיל און קיינעם גייט עס נישט אן. די פראטעסטן וואס ווערן פון צייט-צו-צייט פאררופן אין מאנהעטן ווערן געטריבן פון פארטייאישע מאטיווען און דערפאר דערלאנגען די געשרייען נישט ווייטער ווי דעם קול פון די הויכהילכערס. דברים היוצאים מן השפה ולחוץ, פארזיכערן חז”ל, גייען אריין נישט טיפער ווי דעם דרויסנדן שיכט פון איין אויער.
אין ארץ ישראל — יענער זעלבער אור-אלטער ארץ ישראל נאך וועלכן מיר האבן אזוי געבענקט — ברענט און בליט א אידישקייט וואס דארף זיך נישט שעמען פאר רוב-רובם פון אונזערע תקופות אין גלות. ארץ ישראל: דווקא קאמרי. מדינת ישראל עקזיסטירט כמעט בלויז אין וויליאמסבורג און ראמאלא. רוב אידן אין ארץ ישראל זענען מאמינים בשם, און אפילו די פשוט’ע אידן זענען מקושר צו דת און תורה בעסער ווי די אויסגעפאשעטע מגושמים פון ליע עוועניו, וועמענס עיקר אידישקייט שטעקט אין זיך בייזערן אויפ’ן יוגנט און אוועקמאכן יעדן וואס טראגט נישט קיין ווייסן, שיין-געפרעסטן, רעכטס-אויף-לינקס העמד.
און סוף כל סוף וועלן מיר אלע דארט ארויפגיין. אידן פון דער גאנצער וועלט גייען ארויף אהין, וואו מיר באלאנגען. בלייבן וועט א הייפל פארגרעבטע נשמות, די ברכים אשר לא כרעו לבעל אבער פאלן אויף דער ערד פאר’ן עגל הזהב, ביי וועמען דער אנוכי ולא יהי’ לך זענען ערזעצט געווארן מיט כבוד און געלט, און וועמענס אידישקייט שטעקט אין דווקא נישט געבן געלט פאר יענע “פרעמדע” מוסדות. בשעת אידן וועלן שלעפן שטיינער מיט ציגל אויפצובויען דעם בית המקדש, וועלן זיי זיך קופקען אויף די גאסן און פשט’לען צי משיח צדקינו האט יא אדער נישט עובר געווען אויף די שלוש שבועות…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.