יודעי היסטאריע דערציילן, אז צווישן די צוויי וועלט-מלחמות פלעגן ארבעטערס זייער אויסגענוצט ווערן דורך זייערע אידישע באלעבאטים. פעקטארי-אייגנטימער פלעגן אויסנוצן זייערע אנגעשטעלטע ביז’ן מאקסימום און זיי געצוואונגען צו ארבעטן כמעט ביז דאס דם התמצית איז פון זיי אויסגעשעפט געווארן. פרומע אידישע באלעבאטים האבן מיט דער הילף פון כל-מיני הלכה’דיגע דריידלעך געהאלטן די פאבריקן זייערע אפן דורכאויס שבת, און נישט דערלויבט צו באפרייען די אידישע ארבעטערס זייערע. יענע זענען טאקע געווען פריי און האבן דעם שבת במילא נישט געהיטן; פארט, האט דער רעיון דערפון, אז א שומר-שבת זאל צווינגען א צווייטן איד מחלל-שבת צו זיין קעגן זיינע אייגענע איבערצייגונגען, ארויסגערופן שנאה און עקל. די בא’עוולה’טע און אויסגעניצטע ארבעטערס פלעגן זען די רייכע פאבריק-אייגנטימער זיצן אויבנאן ווי שיינע אידן ביי די רבי’ס און רבנים פון ווארשע פאר דער קריג, און דאס בלוט האט אין זיי געקאכט. זיי האבן אלס תוצאה אנטוויקלט א שרעקליכע האס קעגן דת און פרומע אידן, און פון זייערע קינדער, זאגן די וואס ווייסן, איז שפעטער געבוירן געווארן דער לינק-סאציאליסטישער אנטי-דת עלעמענט אין ישראל.
יענע אויסגעניצטע אידן זענען געווען הונדערט פראצענט גערעכט. זיי האבן נאר געמאכט דעם טעות פון פארקירעווען דעם בארעכטיגטן כעס זייערן צו די רעליגיעזע איבערצייגונגען פון יענע פארדארבענע מענטשן, וואס זענען די געמיינע מעשים באגאנגען. זיי האבן בטעות צונויפגעשמאלצן די שלעכטע אקטן פון יענע אויסגעפאשעטע באלעבאטים זייערע מיט דער אמונה און שמירת המצוות פון יענע הארצלאזע מענטשן. אין זייער כעס האבן זיי פארלוירן דעם שיקול הדעת, צו פארשטיין אז די באלעבאטים זייערע זענען נישט בעל הבית אויף דער תורה און דעם דת, נאר זענען פארדארבענע מענטשן, וועמען טאקע דער דת וואלט פון זיך אויסגעשפיגן ווען ער וואלט נאר געקענט.
היינט איז אנדערש. ס’איז ערגער פון איין זייט, אבער בעסער פון דער צווייטער. אויך היינט זיצן ביי דער מאכט פארדארבענע מענטשן מיט שלעכטע מידות, וועמענס עיקר, און אין געוויסע פאלן איינציגער, מאטיוו איז צו ווייזן מאכט; צו פארפילן זיך די תאווה פון הערשן אויף אנדערע מענטשן. ס’איז בעסער, ווייל מ’צווינגט אונז נישט מחלל-שבת צו זיין – הגם עובר זיין אויף פארשידענע אספעקטן פון דת און מסורה יא. ס’איז אבער ערגער, ווייל נישט נאר טוען זיי די שלעכטע מעשים זייערע אפגעזען פון וואס די תורה זאגט, נאר זיי ניצן גאר דעם דת פאר פארדארבענע תאוות פון כבוד און מאכט. זיי ניצן דעם דת און אויך די ערליכע רבנים און קהילה-פירערס, וואס האבן לעולם יא גוטע כוונות.
מען זאגט, אז מאכט פארדארבט. א מענטש, זאל ער זיין א גוטער, וואס באקומט אין די הענט דעם כוח פון מאכט, ווערט צעדרייט. ער פארלירט דעם צלם אלוקים און די פשוט’ע יסודות פון מענטשליכקייט ווערן ביי אים דורך דער תאוות השררה צעטראטן. עס זעט עפעס אויס, אז היינט קומען צו דער מאכט לכתחילה פארפוילטע פארשוינען, וואס זענען נישט אנגעוויזן אין דעם „מאכט-פארדארבט‟ אימרא, ווייל זיי קענען אליין די מלאכה נאך בעסער. געמיינע פארשוינען, דורכגעפוילט מיט מידות וואס וואלטן פאררויטלט די פנימ’ער ביי סדום-שופטים, זיצן און דרייען דעם קאפ פאר א ריזיגן ציבור ערליכע, וואוילע, און גוט-מיינענדע אידן מיט משונה’דיגע „תקנות‟ און נישט-רעאליסטישע „תיקונים‟. מען ווארפט זיך מיט אידישע קינדער, און מוסדות-חינוך זענען ביי זיי אין די הענט פון דערציאונגס-אנשטאלטן פארוואנדלט געווארן אין מיטלען מיט וועלכן צו פארווירקליכן טונקעלע אימפולסן פון מידות מושחתות. ווען די פירות פון ארויסצווינגען הונדערטער אידישע בחורים פון די ישיבה-ווענט צו די גאסן הייבן אן ארויסקומען, פאררופט מען א „ריזיגע פארזאמלונג‟, ביי וועלכער די שולד ווערט דורך די אייגנטליכע שולדיגע ארויפגעווארפן אויף יעדן איבעראל אויסער דארט, וואו זי שטייט אייגנטליך איין.
נאר וואס, אונזער דור איז א גוטער. מיר זענען וואוילע מענטשן און גוטע אידן. כמעט קיינעם פאלט נישט איין צו באשולדיגן דעם אויבערשטן אדער דעם דת אויף די מעשים תעתועים פון פארדארבענע מענטשן. מיר זענען בעסער און אפילו קלוגער ווי יענע אידן אין אייראפע מיט אכציג און ניינציג יאר צוריק. מיר קענען דורכזען די רעזשוואולקעס אין וועלכע די בשר-ודמס מיט שלעכטע הערצער און בייזע כוונות באהאלטן זיך אויס. מיר ווייסן אז יענע פארשוינען און תורה-ומסורה שטייען אויף צוויי אנדערע זייטן פון דער גרעניץ צווישן גוטס און שלעכטס. מיר באשולדיגן נישט אונזער תורה, נאר שלעכטקייט, אייגנניציגקייט, און הארצלאזיגקייט. מיר לערנען תורה, מיר שעצן מסורה, מיר פראקטיצירן דת – און מיר לאכן אין פנים פון בייז און מידות מושחתות, אפילו ווען יענע זינגען דאס רשעות זייערס אויס מיט א גמרא-ניגון; אפילו ווען זיי מאכן פרומע העוויות ביים טרעטן אויף די קעפ פון אידן אין וועמענס מוח דער דבר-השם זיצט באקוועם. מיר קישן די תורה, אבער שפייען ווען די פעלשער שרייען זייערע שקרים ארויס פון א מענטעלע.
מיר זענען גוט. ווי אייביג ווען מ’רעדט פון א ריזן ציבור, מאכן זיך פארפוילטע עפלעך. אבער אנשטאט דארפן אויסשרייען יענעם “הבדלו” ווי משה רבינו אינעם מדבר, האט די „עדה הרעה הזאת‟ וואלונטירט זיך אליין פון אונז אפצוטיילן. זיי זענען ארויפגעקראכן אויף די הויכע שטולן פון מאכט און כבוד, און אזוי פארגרינגערט די ארבעט פון זיי דערקענען און אנרופן ביי די נעמען.
ער איז א גוטער דור, דער אין וועלכן מיר לעבן. מ’וואלט געקענט זיך קעגן די פוסעים על ראשי עם קודש זיך באניצן מיט די זעלבע מיטלען, ווי זיי אויף אונז. מען וואלט געקענט הויך ארויסזאגן די נעמען און ווייזן מיט’ן פינגער אויף די שולדיגע, זיי מבזה זיין און ענג מאכן דאס לעבן. מיר טוען עס נישט, נישט ווייל מיר קענען נישט נאר ווייל מען טאר נישט. דער אויבערשטער זאגט אז מען טאר נישט. און אנדערש ווי יענע, פאלגן מיר דעם ג-טליכן באפעל, און אנשטאט זיך באפרייען פון יענעם נישט-תורה’דיגן יאך, קלויבן מיר אויס צו ליידן און שווייגן.
אכשיר דרא, רבותי. דער פני הדור איז ווירקליך א הינטישער; דער דור אליין איז אבער כשר להמדרין.