Yiddish with an Aleph

א צייט צו בויען

A Time to Build

פֿון פייוויש בן-גוריון

  • Print
  • Share Share

ווען איך טראכט פון ליע עוועניו אין וויליאמסבורג אין מיינע קינדער-יארן, זע איך די ליכט-זוילן באקלעבט מיט פלאקאטן און גרויסע אותיות וועלכע ווארענען “אידישע טעכטער”, אז זיי זאלן חלילה נישט גיין מיט “שמאלע געפאסטע קליידער.” יעדע עטליכע וואכן זענען די זוילן פריש באקלעבט געווארן, און אלעמאל מיט די זעלבע שרעקעוודיגע בלוט-רויטע אותיות.

די סארט פלאקאטן זענען געווארן מער און מער אין לויף פון די יארן, און די ליסטע פון “פירצות” אויף וואס מ’דארף כסדר מעורר זיין איז נאר געוואקסן. קורצע קליידער, לאנגע שטוב-קליידער, עירוב, ווערים, קאמפיוטערס, אינטערנעט, „וואטסעפפ‟ – און די ליסטע איז ענדלאז. א מחאה איז נישט סתם אזא וואס קען געמאכט ווערן דורך א וואנזיניגן וואס שרייט אין די גאסן – עס פארלאנגט זיך פלאקאטן אין די גאסן, אנאנסן אין די חסידישע צייטונגען, פילזייטיגע בלעטלעך צו פארשפרייטן אין אלע שולן, און צומאל – אין פאל וואס די פירצה איז ממש אומדערטרעגליך און צערייצט גאט’ס צארן אויף אן אויסערגעווענליכן אופן – פארלאנגט זיך זאגאר א ריזיגע אסיפה אין א זאל וואו רבנים וועלן פייערן פארנט פון טויזנטער מענטשן.

און אלעס קאסט געלט. שרייבן, דרוקן און הענגען פלאקאטן קאסט געלט. פארשפרייטן בלעטלעך אין די שולן איז אויך נישט אומזיסט, און צוזאמעננעמען טויזנטער מענטשן אין א זאל קאסט צענדליגער טויזנטער דאלארן. ווען עס איז ממש כלו כל הקיצין איז א פשוטע אסיפה אויך נישט גענוג. די פירצה פון אינטערנעט האט פארלאנגט אויסצוגעבן מיליאנען צו צוזאמענרופן 40,000 אידן אין דעם „סיטיפיעלד‟ סטאדיום.

און פאר אלעם איז פאראן גענוג געלט. רעליגיעזער קנאות איז א שטארקער טרייב-קראפט צו מאכן מענטשן ארויסנעמען זייער טייסטער פון טאש, און טיילן דאלארן. שולד-געפילן אויף אייגענע מיסברויכן, און א פרואוו צו געפינען חן אין די אויגן פון גאט, איז ווארשיינליך אויך א שטארקער פאקטאר אין טרייבן חרדישע גבירים צו מנדב זיין די עקסטרעמיסטישע טעטיגקייטן.

אויב האט איינער אמאל געמיינט אז חרדישע אידן זענען מאנאליטיש, האט דער אינטערנעט צעבלאזן די אילוזיעס. נישט יעדער איז צופרידן פון די לעכערליכע באגרעניצונגען וועלכע ווערן ערגער און שארפער פון יאר צו יאר. נישט יעדער איז בלינד פון זען די ראדיקאלע שינויים אינערהאלב חרדיזם אין לויף פון די לעצטע יארן. נישט יעדער שיקט פרייוויליג די קינדער אין שולעס וואו זיי באקומען א הוילן אידישן חינוך און אן אומעקזיסטירנדע סעקולערע בילדונג. אזעלכע בלאגס און פארומס ווי ‘קאווע שטיבל’ ווייזן, אז הונדערטער און ווארשיינליך טויזנטער חרדישע אידן ווילן נישט טוישן זייער לעבנסטיל, אבער חלשן פאר מוסדות און שולן וואס זענען אומאפהענגיק פון די ראדיקאלן. זיי ווילן געבן זייערע קינדער א ברייטן אידישן חינוך וואס איז באזירט אויף ארטאדאקסישער אידישקייט און אידישער וויסנשאפט און היסטאריע, און א שטארקן סעקולערן חינוך באזירט אויף די ‘קאָמאָן קאָר’ בילדונג-סטאנדארטן.

אבער וואו די ראדיקאלן גיסן עמערס געלט, האלטן די מעסיגע ביי בלויזע דיבורים. דארף מען טאקע זיין א שולד-געשלאגענער עקסטרעמיסט כדי צו קענען געבן געלט אויף צו בויען א אידישקייט? די גבירים וועלכע טיילן נישט די עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע דארפן אמאל טראכטן אז די מעסיגע און ליבעראלע מיינונגען מעגן אויך געהערט ווערן אויף די שטאטישע ליכט-זיילן. פארוואס גיסט זיך געלט צו פינאנצירן מוסדות וועמענס הויפט ציל איז צו בויען ראביסטעוועס און א אידישקייט פול מיט אמונות טפילות, אבער מען האט נאך נישט באוויזן אויפצושטעלן מוסדות וואס זענען באזירט אויף א ברייטער, אפענער אידישקייט, באגלייט מיט פעסטע חינוך-יסודות?

די וואס זעען “פירצות” אין יעדן ארט וואו זייערע אויגן וואנדערן, די וואס זעען טעראר ווי דעם דרך ישראל סבא, די וואס אונטערדריקן פרויען, פארמיידן חינוך, פארדאמען אינטעליגענץ – זיי טרעפן דאס געלט וואס זיי דארפן כדי צו בויען א אידישקייט פון דומקייט און היפאקריטסטווע. ביי זיי גייט נישט דורך א טאג וואס געלט ווערט נישט פארגאסן אויף צו שטופן ווייטער די עקסטרעמיסטישע אגענדעס. אבער די הונדערטער און טויזנטער וועלכע האבן זיך ארויסגעשיילט פון דעם איגנאראנץ, און ווילן בויען א אידישקייט וואס איז ווארעם, ארייננעמענדיג, ברייט און ליבעראל – זיי זענען נאך נישט אנגעקומען צו בויען א היים וואו צו בליען.

פארלאנגט זיך טאקע ראדיקאליזם און שולד-געפילן צו פינאנצירן וואוילטעטיגע פראיעקטן פאר דער טובה פון דער געזעלשאפט? די מראה פון א פרוי מיט געפאסטע קליידער איז מעורר ראדיקאלע גבירים צו טיילן געלט פאר פלאקאטן און אסיפות. דאס זען אזויפיל אידן צעבראכן און דערביטערט פון דעם ראדיקאליזם דארף דערוועקן די מעסיגע גבירים צו עפענען זייער הארץ און טייסטער.

אידעלעך, מיר דארפן בויען א היים. אונזער אמאליגע היים איז פארכאפט געווארן דורך הארצלאזע און גייסטלאזע רבנים און עסקנים וועלכע האבן איר פארוואנדלט אין א דזשיהאד-פעסטונג. די ישועה איז נאנט, אבער יעדער מיט טאלאנט און פינאנציעלע מעגליכקייטן דארף צולייגן א פלייצע. לאזט נישט אחים לדעה בלוטיגן צוזעענדיג ווי דער טונעל צו דער צוקונפט ווערט ענגער און ענגער. מיר וועלן אליין בויען די צוקונפט פאר אונז און אונזערע קינדער, און געלט זאל נישט זיין קיין צוריקהאלט. צי פלאקאטן אויף די ליכט-זוילן, צי אינוועסטירן אין א חינוך וואס איז פאסיג אין דער מאדערנער וועלט – מיר דארפן דעם אייפער, וויליגקייט און ענטוזיאזם וואס פארלאנגט זיך צו גיסן פרישע פונדאמענטן.