Yiddish with an Aleph

שווער צו זיין א איד

It's hard to be a Jew

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Max Gershman

ס’איז שווער צו זיין א איד. אזוי קרעכצן מיר שוין הונדערטער יארן. דאס איז אבער געווען אמאל. היינט, איז בכלל נישט שווער צו זיין א איד. אלעס אין וואס מיר נויטיגן זיך איז פאראן. איבעראל וואו מען דארף גיין איז צוטריטליך. קיינער שטערט נישט און יעדער העלפט. מיר האבן פרייהייט, אלע געברויכן, אלע אינסטיטוציעס, קהילות, ארגאניזאציעס, און גוטע מענטשן וואס זענען גרייט צו העלפן מיט וואס מען נויטיגט זיך. אידישקייט האט אין דעם זין דערגרייכט ימות המשיח: אלעס וואס מען דארף דארף וואקסט אויפ’ן בוים. אלץ וואס דער מענטש דארף טאן איז, אויסשטרעקן די האנט און נעמען.

און פארט, ס’איז שווער צו זיין א איד. אבער אנדערש ווי אמאל, נעמען מיר זיך די שוועריגקייטן מיט די אייגענע הענט. און אנדערש ווי אמאל, ווי די שוועריגקייטן האבן געשטעקט אין דער אידישקייט שבתוך זיין א איד, זענען די מניעות היינט קולטורעלע און סאציאלע.

שוועריגקייטן זענען פאראן און וועלן אייביג זיין. דאס איז א צווייטע טבע פונעם עולם העשי’. דאס לעבן בכלל איז נישט לייכט און אייביג זענען פאראן מכשולות און מניעות. מכוח די געווענליכע שוועריגקייטן, איז נישט שווערער צו זיין א איד ווי זיין סתם א מענטש, וואס האט אויך שוועריגקייטן אין לעבן. די פראבלעמען און שטערונגען האבן נישט צו טאן מיט אידישקייט, נאר מיט אונזער מהלך החיים. מיר לעבן אויף א סטאנדארט, וואס דער דורכשניט — וואס באשטייט פונעם גרויסן רוב עולם — קען זיך נישט דערלויבן. אבער דאס איז שוין אלטע נייעס. יעדער ווייסט עס, יעדער וויל לכאורה זען א תיקון, און קיינער קען נישט, צי ווייסט נישט וואס צו טאן. איך רעד טאקע פון אידישקייט, וואס איז היינט שווער, אבער אן קיין שום בארעכטיגטער סיבה.

אידישקייט איז נישט קיין פארפרוירענע מאשין, וואס ווערט קאנטראלירט דורך א קאמפיוטער-קאוד פון 0 און 1. יהדות איז א לעבעדיגע, דינאמישע וועזן. ס’איז אמת, אז באופן למעשה דריקט זיך אידישקייט אויס אין הלכות און מנהגים, איסורים און היתרים. אבער די אלע זאכן קומען מיט א נשמה. אפילו דער טאטע פון די מתנגדים, דער ווילנער גאון, האט גערעדט וועגן א חיות אין יהדות און א נשמה אין א מצוה. היינט איז אלעס טויט. מיר זענען חסידים מיט דער טראגע און קולטור. אין הארצן זענען מיר קאלטע מתנגדים, אזעלכע וואס וואלטן אמאל אפילו נישט געווען בארעכטיגט צו באקעמפן די חסידים. מיר וואלטן נישט געהאט דעם ברען, וואס אזא קאמף פארלאנגט.

די גרעסטע איראניע איז דאס, אז דאס חיות וואס מיר וואלטן געזאלט פילן ווערט אלץ מער אפגעטויט אין נאמען פון מסורה. אונזער חסיד’ישע מסורה, הייסט עס, פירט אויסצואוועפן פון אונזער לעבן דאס חסיד’ישע ווארעמקייט. די מענטשן וואס זענען שטעקן געבליבן אין דער “קוצו של יוד” מליצה כאפן נישט, אז חיות און ווארעמקייט איז אן איבערלעבעניש, וואס קען נישט איבערגעגעבן ווערן במסורה פון טאטן צו זון. דאס איז עפעס וואס דארף געפילט ווערן און קומט פונעם אינעווייניג פונעם מענטש. מען קען נישט ארויפצווינגען אויף א מענטש אן איבערלעבעניש, פונקט ווי מען קען נישט צווינגען א מענטש צו זיין בשמחה.

ס’איז נישט אינגאנצן אונזער שולד. מיר לעבן אין אזא וועלט, דער מערב-וועלט קולטור, וואס לייגט דעם עיקר דגוש אויף חיצוניות. אויף דער זייט וועלט דרייט א גרויסער פראצענט מענטשן זיך ארום מיט אויסגעלאשענע אויגן, אפגעטויטע נשמות, און הערצער וואס פאכן מיט אלערליי פחדים און חשבונות. וואוינענדיג דא, צווישן די מענטשן, ווערט מען נשפע. אזוי ארבעט די וועלט. אונזערע פארזארגערס האבן אזוי מורא פון דער השפעה פון דרויסן, אז דער מינדסטער שינוי צעשטערט ביי זיי דאס גלייכגעוויכט, אפילו ווען דער טויש איז לטובה און וואלט געפירט אונז צו זיין בעסערע אידן און בעסערע מענטשן. דער באקעמפן יעדע אנטוויקלונג איז פון א מיטל געווארן דער עצם ציל.

כדי אידישקייט זאל זיין אינטערעסאנט — און יא, אידישקייט איז געמאכט געווארן צו זיין אינטערעסאנט — דארף מען זי לאזן זיך אויסדריקן אויף אן אופן וואס שטימט מיט די מענטשן וואס פראקטיצירן איר. זאל אידישקייט זיין קאלירפול. די תורה איז נישט שטרענג. ס’איז ממש נישט נאטירליך אז א ג-ט א רב חסד און א תורה אין וועלכער אונזערע גרעסטע מענטשן האבן געפילט מתיקות זאל געדינט און געפאלגט ווערן מיט סיבירישער קעלט און קאמוניסטישן צוואנג. דאס לעבן, אנדערש ווי אונזער אוניפארם, איז נישט שווארץ און ווייס.

ס’איז צייט אוועקצואווארפן די חרדישע קולטור און זי ערזעצן מיט א שלחן ערוך באזעצט מיט א חסידישער נשמה. מיר דארפן עס טאן ווייל דער מצב הדור פארלאנגט עס, אבער אויך ווייל דאס איז אונזער מסורה. אונזער מסורה איז הייליג און טייער, און מיר ווילן איר נישט משנה זיין מיט קיין “קוצו של יוד”.