Yiddish with an Aleph

דאס אייגן ביסל זיך

A Piece of Oneself

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

דער כח פון בענקשאפט איז שטערקער פון אונז אלע. וואוהין מיר זאלן זיך נישט קערן וועט זי אונז צערייסן אויף שטיקער. אט פארט מען אוועק פון שטוב, ווילט זיך אהיים, גייט מען אהיים בענקט זיך צום פרייען דרויסן. וואוינט מען אינעם מערב בענקט מען נאך מזרח, וואוינט מען אין מזרח בענקט מען נאכ’ן מערב. און אט שווערן זיך ביידע, אי דער מזרח אי דער מערב, אז דיין היים איז דוקא דארט וואו דו ביסט נישט!… דרייסטו דיך אזוי לאנג ביז דו פארלירסט דעם גלייכן זינען.

נאר אזוי איז מענטשליך. דער וואס איז ווייט פון זיין היים און ער בענקט נישט נאך איר איז א קנאפער מענטש. ווידער צו זיין פארשלאסן אין שטוב און נישט בענקען נאך דעם פרייען דרויסן איז פונקט אזוי קנאפער מענטש. א מענטש בענקט. אין חדר האט מען געזאגט אז דאס איז מעשה שטן, דער נישט גוטער דרייט דאס דעם מענטש א קאפ צו זוכן זיך אוצרות תמיד דארט וואו ס’איז נישטא, איך זאג אייך אבער אז ס’מוז נישט זיין מעשה שטן, דאס איז גלאט אזוי מעשה מענטש. א מענטש איז א בענקענדיג באשעפעניש, און דערפאר בענקט ער תמיד.

די פראגע איז נאר ווי באשטימט מען וועלכעס איז באמת דאס אייגענע, און וועלכס איז פרעמד? די בענקשאפט האט א טבע אפצופארבן דאס פרעמדע ווי אייגענע. ווי מער פרעמד, ווי מער ווילד, אלץ טיפער באקט זיך איין די אנערקענונג אין הארץ אז אט דאס שטאמט דוקא ארויס דירעקט פון די אייגענע טיפענישן. די גרעניצן זענען נישט קלאר. די אויגן זענען מטושטש, און דאס עקזאטישע איז אזוי אייגנס ווי עס קען מער נישט זיין.

נאר ווי דערקלערט זיך דאס אז דוקא דאס אייגענע ווארפט זיך אין די אויגן מיט אפשיי? פון וואנעט נעמט זיך די פארפרעמדטקייט פונעם מענטש צו זיין אייגן שטיקל זיך? דאס וויגעלע אין וועלכן מ’האט זיך געהוידעט, דאס שפילצייג איבער וועלכן מ’האט זיך געקריגט, ווי לאזט זיך דאס אויסשפייען אין אזא ווילדן כעס? מיט אזויפיל דערעסנקייט?… ווי טיף ס’איז געשפיגלט אין ראמאנטישן דמיון דאס וואס איז ווייט און אומדערגרייכבאר, אזוי אפגעריבן און נוצלאז זענען די אייגענע ד’ אמות. איז דא א גרעסערע דומהייט דערפון?

נאר ס’איז מענטשליך אזוי. גלייבט מיר. וואס א שטייגער קען אונז דאס אייגענע מחדש זיין? ווידער דאס אייגענע און ווידער דאס אייגענע. פון דעם אייגענעם פאדערן מיר פולשטענדיגע מלאך’שאפט. דעם אייגענעם וועט מען נישט מוחל זיין פאר קיין געלט אויף דער וועלט, ויהי מה! און דאס קומט אים אזוי, וויבאלד עס איז אן אייגענער!… ס’איז אן אונזעריגער. און וואס א שטייגער קען שוין אן אונזעריגער מחדש זיין?

דערפאר אז כ’וועל דערוואגן צו בענקען דוקא נאך דער מאמע’ס שטיקל חלה – נישט געקוקט וואס ס’איז אמאל צוגעברענט, נאך דעם טאטן’ס ערנסטע אויגן – נישט געקוקט וואס ס’איז צומאל שטרענג, און נאך די אויפגעריסענע בענקלעך ביי מיינע עלטערן אין שטוב, נאך די אנגעשריבענע ווענט אין קינדער-צימער און נאך מיין אייגענעם צעבראכענעם וויגעלע, וועט איר מיך דערפאר אפגיסן מיט הייס וואסער פאר מיין עגאאיזם. וועט איר אויף מיר שרייען אז מיין הארץ איז אן איינגעשרומפענע, מיין נשמה אן איינגעצוימטע, וויבאלד עס איז נישט גרייט אריינצונעמען די גאנצע וועלט מיט דער זעלבער בענקשאפט. ריכטיג אזוי?

נאר דא זאג איך אייך ווידער אז איר זענט זיך טועה. אזוי איז מענטשליך. מיר זענען בענקענדיגע באשעפענישן. דאס אייגענע וועגט תמיד איבער, און די פראגע איז נאר אין וואס מ’זעט אייגנס. אויסערליך קען מען די מאמען אפשטויסן, מ’קען שווערן ליבע צו פרעמדע מאמעס און פרעמדע טאטעס, מ’קען אפילו איבערצייגט זיין אז דוקא זיי זענען דאס די אמת’ע טאטע-מאמע, אבער טיף אין די אדערן בלייבט איר דאס אייגענע וואס איר זענט געבוירן, און דאס וועט אייך תמיד צוריקשלעפן אהיים, פריער אדער שפעטער. פארפאלן! דאס וואס איז טיף אין הארצן איז פיל שטערקער פון אונז אלע.

יע יע, איך ווייס וועגן וואס ס’האנדלט זיך. דער גערוך פון דער מאמע’ס געפילטע פיש קריכט שוין פון דער נאז, דאס מקוה וואסער גרינט שוין פון פאראיאר, און די פארגעלטע בלעטער פון דער גמרא, א ירושה פונעם עלטער-זיידן, ווארפן זיך שוין מיט אפשיי פון די צען יאר אלט. קעגן א וועלט האבן מיר זיך פארזינדיגט, מיר זענען יעדן די נשמה שולדיג, ווייל מיר גלייבן נישט אז אין א אידישער סוכה איז דא פלאץ פאר א גוי, על-כל-פנים פאר א גוי וואס וויל אונז זען אינדרויסן פון דער סוכה. און דאך בין איך א איד, מיט אומבאגרעניצטער ליבשאפט צו מיין אייגן בלוט און פלייש. און דוקא צו מיין אייגנס. דער געלער טלית מיט וועלכן איך וויקל זיך איין ביים דאווענען איז מיר ליבער פון אלץ.

פארשליסט דאס דערפאר מיין בענקשאפט צו דעם וואס איז פרעמד? דוקא פארקערט – הערשט דאן צעפלאקערט זיך דאס פייער פון ליבע צום אומדערגרייכבארן פרעמדס, און ווידער נעמט מיך דאכטן אז דאס פרעמדע איז מיין אייגנס, אבער איך וועל ווייניגסטנס זען זיך צו פארזיכערן כאטש וואס א גרעניץ צווישן דעם אייגענעם אייגנס און דאס פרעמדע אייגנס… מיינע אייגענע ד’ אמות וועל איך ארויסהייבן איבער אלעמען מיט ליבשאפט און שטאלץ, איך וועל עס נישט פארראטן צוליב א בינטעלע טענות, וויבאלד א טענה קעגן מיין אייגנס איז קעגן מיר אליין געצילט און ווער אנטלויפט עס, איך פרעג אייך, פון זיך אליין? אט אזוי וועל איך אויפנעמען סיי די פיילן, סיי די קושן, וועלכע זענען צו מיין אייגנס געצילט און כ’וועל זיך תמיד באדן מיט הייליגער תשוקה אין מיין נאמען איד.