Yiddish with an Aleph

גאט, מענטש און טעכנאלאגיע

God, Man and Technology

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

די וועלט איז די זעלבע, די ערד איז די אייגענע, די זאמד היט אויף איר אייביגע ברוינקייט, און די בערג ווארפן מיט שפיצן נישט אנדערש ווי אמאל. דאך דער מענטש איז נישט דאס אייגענע. די קו איז דאס זעלבע, די חיות אין וואלד אויך, נאר דער מענטש האט זיך געביטן. מילא די הינער האט מען נעבעך ארויסגעריסן פונעם שטאל און אריינגעשטעלט אין פאבריקן. דאס איז דעם מענטש צו פארדאנקען. דאך בלייבן זיי אלע אינגאנצן אומבאוואוסטזיניג צו די מהפכות איבער דער וועלט, רואיג אינגאנצן וועגן דעם פראבלעם פון נוקלעארן חורבן וואס באדראעט די ערד. די קו דערקענט נישט קיין אונטערשייד אין דער שטרוי פון אמאל ביז היינט, און פון איר זייט האט די מכה פון טעראר שוין געקענט איינהילן די וועלט אין פחד פאר דריי טויזנט יאר. קיין זאך צעשיידט נישט צווישן דעם עלעפאנט אין דער אייזן-תקופה און דעם פאטער זיינעם אין דער פאלעאליטישער תקופה. אמאל און היינט איז אייניג אומזיכער ווי זיכער, פשוט און טרוקן, מאט און חיה’דיג. נאר דער מענטש איז נישט דער זעלבער.

דאס קול פון מאשין האט אפגעטויט די נשמה פונעם מענטש, געמאכט פון אים איינס מיטן רעדל און איבערגעלאזט פון אים א קוימען-רויך. מער נישט טאנצן ווי נישט וויינען, מער פריידט אים נישט גארנישט און ס’רירט אים קיין זאך. נישט קיין ערד, נישט קיין וועלט, מיטאמאל דער פאבריק אליין. כאטש נעם און שריי אזוי הויך ווי ס’איז עוג מלך הבשן געוואקסן וועט זיך דיר נישט איינגעבן איבערשרייען די מאשינען. וואלט אברהם אבינו געלעבט אין דער צייט פון מאשין וואלט קיין נבואה נישט געווען, וואלט משה רבינו דא געבוירן וואלט קיין תורה נישט גענידערט, קיין מוסר וואלט נישט געווען און דער מענטש וואלט אנטשלאפן געווארן איידער’ן דערוואכן. וואלטן פלאטא און אריסטא דערשמעקט דעם רויך פון פאבריק וואלט זיי די צונג צו די גומען פארקלעבט געווארן. די אלעגאריע פונעם הייל? חומר וצורה? נישט היינט געדאכט. ווי וואלט זיך זיי “דאס געזעץ פון נאטור” געזען דורך די שפאלטנס פון די הויכע ענדלאזע מענטשליכע טורמען? כ’לעבן, זיי וואלטן די לוחות גענומען און אויף דער ערד געשליידערט מיט כח.

שטייט אויף האמער פונעם קבר און דערזעט וואס האט זיך געבויט אויפ’ן חורבן פון טרויע, וויאזוי די וועלט האט אין די געטער פארגעסן, וואלט אים זיין פעדער פארראטן און ער וואלט „די איליאדע‟ נישט פארשריבן. שטייט אויף אן ארבעטער פון פארצייטנס, שטייט אויף דער פשוט’ער ערדס-מענטש, דער פויער פון דעמאלט, און זעט וויאזוי דאס געפיל פונעם מענטש איז פאר’סמ’ט פון א פארפעסטעטע לופט וואס קנאקט פון די קוימענעס, וויאזוי די מענטשליכע אויגן זענען פארבלענדעט פון די בליצנדע עקראנען, און די פליישיגע הערצער פארצויגן ווי פארגליווערטע גומי, וואלט אין אים דאס בלוט געגליווערט און ער וואלט נישט געקענט די תבואה איינזאמלען נאך דעם שניט.

“לבי לבי על חללי המכונות”, וואלט דער נביא געשריגן, “ס’וויינט מיין הארץ, ס’טרייסלען די ביינער, און ס’פלאטערט מיין קול קעגן מדבר. קעגן דיר מענטש פון איין און צוואנגציגסטן יאר-הונדערט, קעגן די וואס האבן דערלעבט די צייט פון ענדלאזער קלאפעריי, די טויט פון דער נשמה און די אויפלעבונג פון א רייע פסיכישע מכות. וואויל איז דיר דער מענטש וואס דו האסט דערגרייכט דעם שפיץ פון חכמה, געלערנט זיך זינגען אויף דער שפראך פון קוהלת, אזוי סקעפטיש ווי ס’קען נאר זיין, דאך אן א זיכערן באדן אונטער די פיס. געבענטשט ביסטו מענטש וואס דו האסט דיך געלערנט פילאזאפיע אפילו אין חלום, און אפילו די קליינע קינדער זענען ביי דיר גאטלאז, צווייפלען צי זיי געפינען זיך בכלל אויף דער וועלט, בעת א רוח רעה פארנעמט דאס געמיט. געבענטשט ביסטו דור פון מאשין. געבענטשט ביסטו מענטש פון קאמפיוטער, קנעכט פון טעכנאלאגיע און רויך פונעם אמאל…”