Yiddish with an Aleph

גענוג פילאזאפיע! אהער מיטן תנ"ך

Forget Philosophy and Give Me Back the Scriptures

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

“הערט אונז”, זאגן די אידישע דענקער, “קייעט איבער די תורה מיטן שכל. פארנעמט זי מיטן מוח וועט אייך ליכטיג זיין. מיר וועלן צו אייך דרש’נען וועגן אטענס און ירושלים, מיר וועלן בויען בנינים צו דערקלערן דיר וואו עס שטעקט דער חידוש פון יהדות איבער דער גריכישער חכמה, און מיר וועלן דיר איבערצייגן ווי די אידישע נביאים האבן געזען הויך הויך מער פון סוקראטעס, אפלאטאן און אריסטו. מער וועלן אייך נישט שווער זיין די קשיות פון געטליכן מוסר, טוב ורע, מער וועט אייך נישט שווער זיין וויאזוי גאט באווייזט זיך פון דארן, ביי אונז וועט איר געפינען רו קעגן די גרויסע קשיות פון שלעכטס אויף דער וועלט. קומט נאר אין ליכט פון דייטשן אידעאליזם, דערזעט די ליכט פון העגעל, דערקען דעם גאט פון די אידן דורך שפיגלען זיך אין גוישער חכמה. קאנט און דאך נישט קאנט, אריסטו און דאך נישט אריסטו, און אזוי ווייטער.”

מיינע ברידער, זאג איך צו זיי, א דאנק אייך דעם פארשלאג. א דאנק אייך די פשט’לעך איבער אטענס מיט ירושלים, איבער קריסטן קעגן אידן, נאר איך וועל מיר גיכער אוועקלויפן צום תנ”ך גופא, איך וועל גיכער די ווערטער אירע אויסקושן, איך וועל מיך אין זיי באדן און אויסלעקן, ווייל איך האב גארנישט עפעס אנדערש. לאזט ארויס די שפילעכלעך פון האנט, לאזט די שורות פונעם תנ”ך ארויסגיין פון די ראמען זייערע, לאזן זיי רעדן פאר זיך אליין, אנע מענטשליכע פארמיטלער. דער נייער טעסטאמענט קעגן אלטן, קריסטוס קעגן משיח, גויים קעגן אידן, אונז און זיי, וואס איז דען א נפקא-מינה? איך פרעג. דארפן מיר פארגלייכונגען? דארפן מיר זיך שארפן קעגן פרעמדע שפיגלען? אויסשארפן זיך קעגן העגעל און קירקעגארד, יעזוס און בודהא? אויב די אידישע נביאים קענען נישט דערלאנגען גענוג הויך אן רייצן זיך מיט סוקראטעס, זענען זיי מיר גוט אויך אין קלענערן געוויקס.

צי שטימען די ווערטער פון משה מיטן אוניווערסאלן פרינציפ? וויפיל פייער עס זאל נישט גיין פונעם חומש דברים וועט איר תמיד שרייען אז ס’שמעקט נאך אלץ מיט א פארטיקולאריזם. א געשעפט! געהערט א מעשה? אידן טארן שוין נישט זאגן “אתה בחרתנו”? צעזעצט זאלן ווערן די שונאים. יעדער מעג, נאר מיר טארן נישט… זאל א פארע גיין פונעם פסוק “כי מי גוי גדול אשר לו אלהים קרובים אליו” און אלע אומפארגינערס זאלן גיין צום ונתנה תוקף. איי ווי קומט דאס גאט צו לאזן הערן זיין ווארט צו מענטשן? נו פרעג פון וואנעט איז דער פלאם אין די ווערטער פון משה, פרעגט פון וואנעט איז דער כח זייערער. נאר אסור מיר אויב אריסטו קומט אויפ’ן קאפ אין דער צייט.

איך וויל נישט קיין תירוצים. איך בעט. איך ווייס אז איר האט זיך אנגעגרייט מיט א פאק תירוצים איבערצואווייזן מיר מיט אותות און מופתים אז די תורה קען ביישטיין די שטערקסטע קריטיק, נאר אין דעם אליין זענט איר, זייט מיר מוחל, דורכפאלער. מיר איז גוט די קשיא, ווייל איך בין בכח מיט די ווערטער אליין זיך צו פארבינדן און פארנעמען פון זיי דירעקט וואס זיי האבן איבערצוגעבן דעם מענטשליכן הארץ. מיר איז גוט אין שאטן פון קשיא, וויבאלד זיי דערלאנגען נישט צום קנעכל פון די ווערטער. מיר איז ליב, אויף להכעיס, צו קוקן דער קשיא אין די אויגן, און דערנאך צוריקצוקוקן אין דעם נאקעטן ווארט, געשריבן אויף לשון-קודש, צעגאסן אין צו לצו קו לקו, אויף צו זען ווי קאלט און אומבארירט דאס הייליגע ווארט איז קעגן מאדערנע אויפגעריסענע מעסערלעך. כאטש נעם און צערייב אים, בלייבט עס גאנץ.

ווילט איר הייסט עס דוקא יא? נעמט איר אפיר די גרויסע לאטיינישע ביכער, און איר ווילט מיט זיי פארטיידיגן גאט’ס ווארט ווי מ’פארטיידיגט להבדיל א פארברעכער, ווי מ’פארטיידיגט א גנב וואס איז געכאפט געווארן במחתרת. טוט’זשע וואס איר ווילט. נאר געדענקט גוט וואס איך זאג אייך: הונדערט דייטשע קשיות קומען נישט צו איין העברעאישן פסוק, נאר אויב קשיא איז קשיא, דאס הייסט אויב האט איר סוף כל סוף דערזען זיך מיט א חוב אפצוראטעווען א פסוק, וועלן טויזנט דייטשע תירוצים נישט קלעקן פאר א העברעאישן פסוק. נישט עס דארף די קשיות, נישט עס דארף די תירוצים. קוהלת האט געפרעגט קשיות, איוב האט געפרעגט קשיות, ירמיה האט אויך געפרעגט קשיות, און דעם תנ”ך איז א קשיא נישט קיין אומבאקוועמליכקייט. ס’איז גוט ווי עס איז, נאר קיין פרעמדע תירוצים ברענגט מיר נישט אן.

מיר איז ליבער די קשיא פון איוב, וועלכע איז געשריבן אין ריינעם העברעאיש אויף הייליגן פארמעט, ווי תירוצים געשריבן אויף דייטש. ווער קען בעסער אויסלייגן די שארפקייט פונעם מענטשליכן אומוויסן, פארלוירנקייט און צעמישעניש ווי איוב? ווער קען עס נאך בעסער שעלטן די בריאה ווי ער? אין זיין שרייען, אין זיין וויינען איז פיל מער תירוץ, פיל מער נחמה, ווי די “דברים אין קץ” פון פילאזאפישע שריפטן. שעמען מעג זיך דער וואס זוכט זיינע פסוקים איבערצוקומען דורכ’ן דרייען מיטן פינגער. פון וואו האבן אלע שפעטערע אנגענומען די כוחות צו שרייען אויב נישט פון דעם אָ גרויסן יסורים-ליידנדער איוב? דער פראטאטיפ פונעם אידישן בעל-יסורים, נאר דאס פארקערטע פון די אידישע תשעה-באב קינות, דאס פארקערטע פונעם גלות-איד.

ווייל איוב חלומ’ט אין תנ”ך שפראך, ווייל איוב האט געליטן אויף לשון-הקודש, דערפאר שרעקט ער זיך נישט פאר קשיות, דערפאר האט ער נישט מורא אויסצושרייען די טענות. ער דארף נישט מ’זאל אים ענטפערן “בחורים בידם נתלו, כי בבית זונה נמצאו”. ער דארף נישט אזעלכע תירוצים, פונקט ווי ער דארף נישט קיין תירוצים פון קאנט אדער שעלינג. אפגערעדט שוין פון ר’ אביגדור מילער’ס תירוצים. אסור אים. וואלט געקענט זיין א גרעסערע פארשוועכונג, א גרעסערע דערנידערונג קעגן די ליידן? די שיינקייט פון דער וועלט פאדערט א ברכה, און דער טרויער אירע פאדערט א קלאג. וואס דאס זינגען איז פאר פרייד, איז דאס כליפען פאר טרויער.

אז איר וועט ליינען איוב וועט איר זאגן “א דראמע… אך וואס א טראגעדיע…” זינדיגט נישט. ס’איז נישט קיין דראמע, ווי ס’איז נישט קיין טראגעדיע. ס’איז די זאך אליין. ס’איז די פראגע פון דער אוניווערס גופא. נישט די הימלען, די זאמדן, אדער די וואסער-טראפן אין די ענדלאזע אקעאנען, אבער דער סאמע תוך פונעם מציאות. זאג איך דאך, אז נישט אויף גריכיש האט איוב געקלאגט, נישט אויף אידיש אפילו, צום ווייטאג האט מאמע-לשון זיך צוגעוואוינט צו ייסורים, אבער דער פאטער אירער, דער העברעאישער איוב, מאָנט דעם ווייטאג אירער.

ער קלאפט דאס צוזאם האנט אין האנט און רופט אויס “מדוע קדמוני ברכים ומה שדים כי אינק”, קעגן וועלכע ס’רופט צוריק דאס ווידערקול פון די קינדער אין אוישוויץ וועלכע האבן די זעלבע ווערטער אויסגעזונגען אויף אידיש. ער שאקלט עס די יסודות פון דער וועלט מיט זיין טענה, ער איז דער וואס איז גרייט, און איז בכח, אראפצוברענגען די ערד אויף שטויב. נאר ער קען דאס, וויבאלד ער רעדט ארויס פונעם תנ”ך, וויבאלד ער האט דעם שליסל פון גאט’ס הימלען, פון דעם סאמע העכסטן, די נביאישע פאעזיע. און אז איר וועט זען ווי ער טוט דאס פרייערהייט, ווי ער נוצט אויס די געלעגנהייט און רייסט אויס בערג פון זייער פלאץ, בעט איך אייך ברחמים, פארווישט נישט די ווערטער זיינע מיט מאדערנע תירוצים. אויב נישט קיין חילול הקודש, איז דאס זיכער א זינד קעגן די יסורים גופא.

“טשעפעט נישט”, בעט זיך איוב, “עד אנא תוגיון נפשי ותדכאונני במלים”. נו הכלל, איר האט א מהלך? פון וואנעט האט איר גענומען דעם מהלך? אפשר פון די שיינע בלימעלעך אינדרויסן? פון דער בליטשקענדער זון? אדער בעסער נאך, זיך אויסגעצויגן אויף דער סאפע, צוזאמגעלייגט א פוס אויף א פוס מיט א ספר איוב אין דער האנט? טפו זאלט איר ווערן! קיין צורת אלף האט איר נישט געזען. א רעכט ווארט פון פסוק האט איר נישט דערפילט. אנגעשטאפט זיך מיט די תורות פון היינטצייטיגע גייסט-מענטשן? אין בידינו לא מחכמת הגויים ולא מהתחסדות הצדיקים, נישט פונעם האניג נישט פונעם שטאך, די זענען אלע אייניג.

דעם ענטפער האט נאר איוב אליין. “יגאלהו חושך וצלמות…” נאר די פינסטער פון דער נאכט קען ברענגען די גאולה, א חושך אן מוזיק, אן דריידלעך, אן תורות, א נאכט וועלכע ס’האט נישט קיין שטערנען איבערן הימל. א נאכט וואס איז שווארץ אינגאנצן, אזוי ווי ס’האט די בריאה נאכנישט געזען. נאר אזא געדיכטער נעפל, וואלקן איבער וואלקן, א בראשית’דיגער חושך, וואו די זון ווערט געשמיסן פאר איר חוזק מאכן פון דער מענטשהייט און אירע צרות, וואו דער טאג איז פארשאלטן פאר זיין פארבלענדן די אויגן, נאר אין אט דעם קען שטעקן א גאולה. “היום ההוא יהי חושך, אל ידרשהו אלוה ממעל…”

נאר וואס? אזוי גענוי ווי איוב’ס צרות האבן נישט קיין תירוץ אויף קיין שום שפראך, אזוי איז עס אמת מיט יעדן פסוק און יעדן אות אינעם גאנצן תנ”ך. די ביבלישע קריטיק קען די מעסערלעך אירע אויפהייבן נאר קעגן דעם דרויסנדיגן קערפער, קעגן דעם נישטיגן וועזן פון פליישיגע ווערטערלעך, זי קען אבער נישט דערלאנגען זיך צו סיי וואס א פינטעלע פון דער ביבלישער נשמה. דער וואס דערהערט דעם הייסן רוף פון תנ”ך, נישט נאר וואס ער קוקט מיט זלזול אין די אויגן פון אט אזא קריטיק, נאר א רחמנות פילט אן זיין וועזן קעגן דעם עם-הארצות וואס זעט אין תנ”ך נישט מער ווי הויט און ביין. ווי לער מוז זיין דאס לעבן נישט נאר פון דעם קריטיקער אליין, נאר פון דעם וואס דאכט זיך אז עס קען בארירן דעם תוך פון די שורות. דער וואס זוכט אן ענטפער קעגן איוב, פונקט ווי דער וואס זוכט אן ענטפער קעגן משה.

א ברכה אויפ’ן קאפ פון די וואס פרואוון דעם תנ”ך צו ברענגען צו רעכט, שטעלן זיך פאר אים ווי אן אדוואקאט. נאר מחילה איך בעט, וואס א פנים האט עס שטעלן דעם תנ”ך צו משפט? ווער איז דער פראקוראר זיינעם, ווער איז עס וואס פארשטייט זיין לשון, זיין אינווייניגסטע הארץ, אז ער זאל זיך קענען קעגן אים שטעלן און אוועקלייגן אויפ’ן באשולדיגונגס-באנק? נישט רש”י וועט אונז פארענטפערן די קשיות פון קוהלת, אבער אויך נישט די דייטשע חכמים. דער תנ”ך איז גוט ווי עס איז. די ליבע פון שיר השירים, דער ייאוש פון איוב, דער אראמישער דניאל און דער אוניווערסאלער ישעיה, די קרבנות אין ויקרא און דער הארציגער אויספיר פון משה אין ספר דברים. גענוי ווי עס איז, און א מענטש קען עס נישט פארשוועכן.