Yiddish with an Aleph

באקריוודעטע פון דער וועלט: פאראייניגט זיך!

Discriminated of the World: Unite!

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

האב איך אנומעלט געלייענט א נייעסל, אז א געוויסע חיות-רעכטן גרופע האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע, וואס פארלאנגט אז א געוויסער מין מאלפע זאל אנערקענט ווערן ווי א “פערזאן”. יענע מאלפע, טענה’ט די גרופע, האט א גענעטישן צוזאמשטעלן וואס איז 99 פראצענט די זעלבע ווי דעם מין מענטש. מיט וואספארא רעכט, ברוגז’ן זיי זיך, זאלן מיר, כמעט-מאלפעס, האבן דאס רעכט זיך צו זען אלס בעסער ווי אונזערע האריגע ברידער?

איך מיין אבער, אז יענע אנקלעגערס זענען פרימיטיוו. זיי טראכטן זייער געצוימט און וואלטן געמעגט זיך דערלויבן אביסל מער ברייטקייט אין זייער וועלט-אויסקוק. און ווען ס’וואלט זיך גערעדט פון בלויז שמאלקעפיגקייט, וואלט איך עס זיי נאך פארשוויגן. נישט קיין איבעריג ברייטע מוחות; ס’איז נישט עק וועלט: מ’האט שוין געזען אזוינס. איך מיין אבער, אז דאס אוועקשטעלן די גענעס אלס יסוד פאר גלייכהייט און אייניגקייט שטעלט מיט זיך פאר א געפערליכן פרעצעדענט, ווייל עס שלאגט פאר א קריטעריע, וואס איז בעצם דיסקרימינאטיוו.

פארוואס עפעס גענעס? און אויב א מויז האט אנדערע גענעס ווי מענטשן און מאלפעס, מעג מען קעגן איר יא דיסקרימינירן? און באקטעריע? אויך זי פארמאגט זיך איר אייגענעם די-ען-עי קאוד. וואס איז זי שולדיג, אז זי האט זיך נישט בעסער אנטוויקלט? און וואס טוט זיך מיט די אומשולדיגע, פארפאלגטע גראזן און פלאנצן: מיט וואספארא רעכט זענען מיר מפקיר זייער זאפט? מ’וואלט געדארפט ארויסקומען מיט אן ערנסטן קאמפיין ביי אונזערע ברידער-בהמות, און אויף מע-בע-מא לשון געבן זיי צו פארשטיין דעם חומר הענין פון גענאציד. זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, אונזערע גלייכבארעכטיגטע, גענע-ענליכע ברידער; זיי זענען פשוט נאאיוו. עס ליגט אויף אונז, אויפגעקלערטע באשעפענישן, א חוב זיי צו עפענען די אויגן. טייערע פערד, חשוב’ע קי, גענאדיגע אקסן: ס’איז נישט שיין וואס איר טוט. מיר טראגן זיך, חלילה, נישט ארום מיט קיינע פאראורטיילן; מיר פארשטייען דאך גוט, אז דער אינסטינקט פון טרעטן, רויבן און מארדן גראזלעך און צווייגלעך האט איר איבערגענומען פון אונז, בארבארישע מענטשן. אבער ס’איז צייט, חשוב’ע חיות, אוועקצואווארפן די מידת הרציחה. ס’פאסט נישט פאר אייך. ס’איז – פע. דאס איז געמאכט פאר דער מענטשליכער אונטערראסע, נישט פאר אייך, אונזערע עלטערע ברידער. ואם תאמר מה נאכל? (זעט נאר ווי שיין זיי זאגן נאך א פסוק חומש!) נישט אייער עסק: מה דיהיב חיי, יהיב מזוני…

און אז איר פרעגט מיך, זע איך נישט דעם שכל פון זיך אפשטעלן ביי גרינס. ווער האט אייך איינגערעדט, אז לעבן און דיסקרימינאציע דארפן זיך משדך זיין? אמער: כ’האב א שכן, וואס מוז תמיד האבן דעם לעצטן מאדעל קלוגן טעלעפאן. דאס הייסט, יעדעס מאל “עפל” איז מוליד א נייעם אייפאון-מאדעל, ווארפט ער אוועק דעם יעצטיגן און ערזעצט אים מיט’ן נייעם. פרעג איך אייך: איז דאס עטיש? איז דאס מאראליש? זאל יענער זיך איינפירן דעם זעלבן מנהג מיט זיין ווייב, אז יעדעס מאל א בעסערע באווייזט זיך פטור צו ווערן פונעם יעצטיגן, וואלט דאך געווען עק וועלט. וואס איז דער אייפאון 4 שולדיג אז דער אייפאון 5 איז אינדערצווישן געבוירן געווארן? א ווייב נישט, און א סעלפאון – יא? געוואלד, ר’ איד, געוואלד. אויב יענעמס ארעמער מזל בארעכטיגט דאס אים באהאנדלען אנדערש, בלויז דערפאר וואס ער האט אן אנדערן נאמען (און אויסזען) ווי דאס ווייב דיינס, איז דאך ממש עק וועלט!

און פארוואס, בעט איך אייך, זאל איך, א מאנספערזאן, נישט זיין גלייכבארעכטיגט לגבי שוואנגערן אינאיינעם מיט די פרויען? די נאטור האט אזוי באשטימט, זאגט איר? וואספארא תירוץ איז דאס? גלייכבארעכטיגונג איז גלייכבארעכטיגונג, און אזוי לאנג ווי די וויסנשאפט באווייזט נישט אויפקומען מיט א פאטענט ווי צו פארשוואנגערן מענער, זאל קיין שום פרוי – חי’, בהמה, אינסעקט – נישט דערלויבט ווערן צו טראגן! (וואס שייך די וואס האבן שוין אנגעהויבן טראגן פריער, וועט די “קאמיטע פאר אינטערבאשעפענישע באציאונגען” ארויסקומען מיט א רעקאמענדאציע אין די נאענטע וואכן.)

און פרויען, פארוואס זאלן זיי זיך פילן געצווינגען צו רעדן אויף נוסח-סאָפּראַנאָו? מענער, זעט איר, ווען זיי ווילן עפעס זאגן, געבן זיי א לייכטן ברום און דער מעסעדזש איז אינדרויסן. פארוואס זאל דער פרויען-מין מוזן דאס זעלבע טאן אין דווקא א קוויטשנדער שטימע? זאלן אדער די מענער נעמען קוויטשען, אדער מנדב זיין די שטום-בענדער צום ווייבער-שול. אנדערש הערשט דא א שוידערליכע אומגלייכהייט.

אין דעם זעלבן זינען איז העכסט צייט פטור צו ווערן פון אלע אנדערע באגרעניצונגען, וואס מאכן חרוב אונזער איינהייטליכע, גלייכבארעכטיגטע ציוויליזאציע. זאלן באזייטיגט ווערן די הייראט-מניעות, וואס שטערן צוויי געליבטע פון זיך אויסטוישן די שבועה פון אייביגער ליבע! אויב בין איך פארליבט אין יענעם קעז-קיכן, זאל איך אים מעגן געבן דעם “הרי את”. אויב צוויי טעלעפאנען פארשטייען זיך, האבן א געזונטן “בלו-טוט” קשר, לאזן זיי זיך געזונטערהייט חתונה האבן. וואס איז דאס אייער געשעפט? א סכיצאפרעניק, זייט נישט ברוגז, האט אלע רעכטן חתונה צו האבן מיט זיך אליין.

אזוי וואלט געדארפט זיין, אויב נאר מיר וואלטן געהאט די מוט צו טראכטן מיט אביסל מער אפענע קעפ.