Yiddish with an Aleph

קאסינאו אדער נישט קאסינאו: דאס איז די פראגע

Casino or No Casino: That is the Question

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

היינט, דעם נאוועמבער 5 ווערט אפגעהאלטן א רעפערענדום, אין וועלכן די וויילערס וועלן באקומען די געלעגנהייט צו באשטעטיגן אדער אפווארפן דאס עטאבלירן „געמבלינג קאַסינאָוס‟ אין דעם קעטסקיל-ראיאן. די „קעטסקילס‟ איז א פלאץ וואו טויזנטער פרומע משפחות וויילן יערליך דורכאויס צוויי חדשים פונעם זומער-סעזאן. שטיצערס פונעם קאסינאו-געדאנק זאגן, אז דער פראיעקט וועט אויפלעבן די לאקאלע עקאנאמיע און דאס לעבן דארט בכלל. קעגנערס טענה’ן, אז קאסינאוס ברענגען אויך פארברעכנס, זנות, און אנדערע אנשיקענישן.

כ’ווייס נישט, וואו דער חרדישער עסטאבלישמענט שטייט מיט דעם. מ’זאגט, אז די עסקנים און פירערס זענען דערקעגן. (הגם די פרעסע און „סאושעל מידיא‟ האט ציטירט היימישע עסקנים וואס האבן יא אויסגעדריקט שטיצע דערפאר.) ס’איז אויך אזוי מסתבר, צוליב די דערמאנטע סיבות. די ריעל-עסטעיט פרייזן וועלן שטייגן, אדאנק אן אינטערעס אין דער געגנט, וואס וועט צוציען טוריסטן און באזוכערס. קאסינאוס זענען עלול צו ברענגען אומגעוואונטשענע מענטשן און דערשיינונגען; ס’איז מעגליך, אז דער גאנצער אויסזען פון דער געגנט וועט טראנספארמירט ווערן אויף אזוי ווייט, אז חרדישע אידן וועלן זיך דארט מער נישט געפינען קיין פלאץ.

דאס זענען זייער גוטע טענות, און איך האלט, אז דער עולם זאל שטימען „יא‟ — טאקע דערפאר: טאקע ווייל דאס וועט האפנטליך ברענגען א סוף צו דעם יערליכן באָרשט-פּאַסיקן גלות. יאר נאך יאר, הייבן זיך טויזנטער משפחות אויף, מע וואנדערט ארויס צו די בערג, וואו מען לעבט אונטער פרימיטיווע אומשטענדן, אינאיינעם מיט די פליגן, שפינען, בלאטע, לשון-הרע, און אנדערע משונה’דיגע צוגעהערן — און מען צאלט נאך פאר דעם זכות, גרויס געלט, וואס כמעט קיינער פארמאגט נישט. דאס גאנצע עסק שמעקט מיט בערך אזויפיל שכל ווי גיין געמבלען. אויך דארט זענען פאראן מינימאלע שאנסן ארויסצוגיין מיט מער געלט ווי ביים אריינקומען. די שאנסן אויף פארקערט זענען אבער מיט אזויפיל גרעסער, אז דאס זיך אריינלאזן דערין אויף דעם חשבון איז אומזיניג. דאס זעלבע מיט דער „קאנטרי‟: זי האט מעלות; אין שטאט איז נישט מעגליך צו געניסן פון דער נאטור, וועלכע פיצט זיך זומער אויס ווי א כלה צו דער חופה. די חסרונות זענען אבער אזויפיל מער, אז די פאזיטיווע זייטן ווערן פי-כמה פארלוירן.

אויף וויפיל זומער-אין-דער-קאנטרי איז א וואקאציע, זענען פאראן א סך בעסערע ברירות וואס זענען ביידע, פראקטישער און ביליגער. א געווענליכע, דורכשניטליכע וואקאציע דערפרישט מער און קאסט ווייניגער. די ווייבערישע לשון-הרע’לעך און מחלוקה’לעך קען פונקט אזוי גוט געפירט ווערן ביים אפפירן און אפווארטן די קינדער צו און פון בית חינוך. פאר די מענערישע צעשטרייערישע אקטיוויטעטן האבן מיר קברי צדיקים אין מזרח אייראפע און ל”ג בעומר אין מירון (אין צוגאב צו יארצייט-סעודות, חתונה בבית רבינו, מנחה-מעריב, וואכנאכטס, און נאך).

די ריעל-עסטעיט פרייזן וועלן טאקע ארויפשיסן אין דער געגנט ארום אזא קאסינאו. אבער דאס מיינט, אז די וואס פארמאגן שטח און הייזער וועלן זייער ריעל-עסטעיט פארקויפן פאר א שיינעם ריווח, אדער אויפבויען האטעלן און אנדערע אזעלכע איינריכטונגען. דאס איז גענוי וואס איז געשען אין וויליאמסבורג און שכינות’דיגע געגנטן, נאך דעם וואס די „היפּסטערס‟ האבן זיך דארט אנגעהויבן אריינציען. פאראן מענטשן וואס זענען דערפון נתעשר געווארן. די געגנטן וואס געפינען זיך צו ווייט צו קענען דינען דעם קאסינאו — גענוג אז די אנוועזנהייט פון א קאסינאו זאלן נישט בארירן די פרייזן — דארט וועלן דאך די קאסינאו-פראבלעמען אויך נישט אנקומען.
זע איך נישט דעם שאדן פון דעם קאסינאו. ס’איז א גוטע זאך, ממה נפשך. עס וועט אדער ברענגען א סוף צו דער גזירת הקאנטרי (און ווי א צוגאב, וועלן אידן און מוסדות רייך ווערן פון די פארקויפטע קעטסקיל-שטחים), אדער וועט עס נישט אפעקטירן ווייטער ווי ממש דער געגנט בשכינות דעם קאסינאו, און דער עולם וועט קענען ווייטער צאלן טויזנטערס פאר דעם זכות פון זיך איבערפעקלען פאר צוויי חדשים, צו א לעבן פונקט ווי אינדערהיים פאר דער ערשטער וועלט-קריג.

פון דער אנדערער זייט, פארמאג איך א נישט-צינישע זייט וואס, זאגט מיר אונטער, אז איך ווייס נישט אלעס. מסתמא (צי נאר אפשר) זענען פאראן דא פרטים וואס די אין אונזערע הויכע פענסטערס ווייסן, אבער קענען מחמת איזה סיבה שהיא נישט פארעפנטליכן. ס’איז אייגנטליך נישט בלויז אזא סארט תמימות אין מיר; איך ווייס פון א פאל אין עפעס א ספעציפישן וואל-פארמעסט, ביי וועלכן די טובה פונעם ציבור האט פארלאנגט, אז דער עולם זאל שטימען פאר א געוויסן קאנדידאט, אבער מען האט נישט דערציילט די אמת’ע סיבה פארוואס. דער קאמפיין אויף דער היימישער גאס האט אנגעגעבן כל’ערליי סיבות צו שטימען פאר יענעם; און באמת, ס‘רוב פון זיי האבן זיך געהערט היפש לעכערליך. איך האב אבער געוואוסט, אז שטימען פאר יענעם איז באמת אין די אינטערעסן פונעם היימישן עולם — הגם צוליב אנדערע ווי די אנגעגעבענע סיבות. איך וועל האלטן די אויערן אפן, און אויסהערן וואס אונזערע פירערס האבן צו זאגן. עס זענען פאראן אזעלכע מיט א רעפוטאציע פון זיין געטריי די אינטערעסן פונעם כלל, אפילו נישט תמיד קענען זיי קלאר זאגן וואס זיי ווייסן.