Yiddish with an Aleph

חוצפה ווי א הכנה צו דער גאולה

Boldness as a Preparation for Messiah‘s Coming

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

ביים שילדערן די תקופה פאר ביאת הגואל, רעכענען חז”ל אויס א ריי אייגנשאפטן מיט וואס יענער דור וועט זיך אויסצייכענען. איינע פון די זאכן איז, חוצפה. „בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי‟ איז א גאר-פאפולערער זאג, וואס ווערט גענוצט בגדול דורך אלערליי דורשי רשומות און מוסר-זאגערס דורכאויס די לעצטע דורות.

די חסידישע רביים, די תלמידים פונעם בעל שם טוב, האבן שוין לאנג אנגעוויזן אז די קללות פון דער תוכחה וואס ווערן דערמאנט אין דער תורה, זענען אין אמת’ן דווקא ברכות, וואס זענען מחמת זייער גרויסקייט פארשטעלט געווארן אלס קללות. מסתמא לאזט די זעלבע לאגיק זיך אנווענדן כלפי די נעגאטיווע שילדערונגען פון ערב ביאת הגואל.

ווייל ס’איז קלאר, אז דער פענאמען פון חוצפה איז דא. זי קלאפט נישט אין דער טיר און ווארט אריינגעלאזט צו ווערן, נאר טריי צו איר משמעות רייסט זי זיך מיט געוואלד, אן פרעגן און אפילו מעלדן. די חוצפה שטורעמט טירן, טויערן און מויערן; זי פרעגט ביי קיינעם גארנישט. זי ווארט אפילו נישט ביז עמיצער זאל איר אפזאגן איינטריט. חוצפה שטורעמט און שטראמט אין גרויסן. זי איז דא, און ווארט אלץ שטארקער און שארפער.

אונזער דור האלט זיך סך קלוגער ווי דעם דור פריער. שטילערהייט, און אפילו גארנישט אזוי שטילערהייט, לאכן מיר פון א גרויסן חלק וואס די פריערדיגע האבן אונז געלערנט. איך רעד נישט פון דער תורה און דברי תורה ממש, נאר פון אזעלכע אבק-של-מנהג זאכן און קולטורעלע ווערטן פארשלייערט ווי מסורה. א שיינער פראצענט פונעם עולם, אריינגערעכנט אזעלכע וואס פאלגן יא ווי געהייסן, שמייכלט היפש אונטער די וואנצעס. מיר האבן פאר זיך דעם אינטערנעט – וואס איז ווי אן אפגלאנץ פון יענעם אור גדול מיט וואס מ’קען זען מסוף העולם ועד סופו – פאר וועלכן אלעס איז אפן און קלאר. מיר לאזן זיך נישט פארקויפן קיין לאקשן און קיינער קען אונז נישט איינרעדן קיין באבע-מעשיות. איין אנפרעג ביי גוגל’ען דערציילט דעם גאנצן אמת.

דער קומענדיגער דור, אויפגעוואקסן אויפ’ן שויס פון א האלב-לאכעדיגן ציבור און גאנץ-אפענעם אינטערנעט, וועט די זאך נעמען נאך א שיינע פּאר טריט ווייטער. זיי, די בני דור הבא, וועלן לכאורה שוין לאכן פון אונז, האלב-לאכערס, און זיי וועלן עס טאן בגדול, מיט פולע מיילער און צעבלאזענע באקן. זיי וועלן אויפוואקסן אין א אפענער וועלט, וואו סודות און ספיקות זענען שוין נעכטן געווען פאראיעריגע נייעס, און אלץ וואס ס’איז נאר פאראן וועט זיין א בלינצל מיט די אויגן אוועק. שלאף-צימערן און להבדיל די פארבארגנסטע ספרי קבלה וועלן זיך געפינען אין זעלבן ווירטואלן שיפלאד, און דאס צוטריט-שליסל צו אלעם וועט זיין א טראפקעלע רצון און א מאך מיט’ן פינגער.

וויאזוי, פרעגט זיך, קען אזא מצב זיין גוט? זייער פשוט. דורכאויס די טויזנטער יארן גלות, איז אונזער קאלעקטיווער מוח שטארק צעטרייסלט געווארן. ווען א מענטש ווערט כסדר געפייניגט און געטריבן, געבראטן און פארגוואלטיגט, בארויבט און דערנידערט, ווערט זיין פסיכיק צעשאקלט. אזא באהאנדלונג, במשך צען-צוואנציג יאר, לאזט דעם קרבן איבער היפש משוגע. ס’איז דאך אוממעגליך אפצולעבן א לעבן אונטער פייניגונג און דערנידערונג און בלייבן נארמאל.

צוויי-טויזנט יאר איז א שיין-ביסל מער ווי העלפט פון אונזער פאלקישן לעבנסשפאן. רוב פון אונזער לעבן זענען מיר געטריבן און געטרייבערט געווארן; זיך געוואלגערט אין בלוט און בלאטע, און געפרישטאגט און גענעכטיגט אין אנדערע עקן וועלט. מיר זענען אויפגעשטאנען אין א קאלטן קלימאט, אין א סאלידער קולטור פון שטייפע, שטאלצע מענטשן, און אינעם זעלבן אוונט האבן מיר זיך געטראפן אין א הייסן פלאץ, מיט א ווילדער, צעהיצטער באפעלקערונג.

כעת עתה זענען מיר גוט צעשאקלט און ניש’קשה’דיג פארריקט.

אפצושאקלען פונעם כלל-קערפער און דער אומה’דיגער נשמה אלע צוטשעפענישן פון אלע דורות, איז נישט קיין גרינגע עסק. אויב וואלטן מיר געהאט די זכי’, וואלט די גאולה געקומען “בעתה”, אין איר צייט, מיט א סיסטעם און אויף א סדר, דורכאויס וועלכן אלץ ווערט פלאנמעסיג און שטאפלווייז געברענגט אין ארדענונג. ווען ס’איז אבער א מצב פון “לא זכו” און די גאולה איז באופן “אחישנה”, געאיילט און אונטערגעיאגט, שפילט דער ערב-גאולה פראצעס זיך אויס בחפזון, מיט א קאך, אן קיין סיסטעם און סדר.

מיר ווייסן אז פונקט ווי יעדער יחיד האט זיך זיינע אייגענע התחייבות’ער און שליחות וואס ער דארף דורכפירן, אזוי האט יעדער ציבור און דור אויך אן אייגנארטיגע אויפגאבע און אייגענעם ציל. אינאיינעם מיט דער חוצפה זענען מיר עדות צו א גרויסער אויפוואכונג אין א דורשט נאך רוחניות – און נישט דווקא ביי אידן. דווקא אין צייט פון מאטעריאליסטישן סוקסעס און טעכנאלאגישן טריאומף געפינען מיר קלוגע, אינטעליגענטע מענטשן איבער דער גאנצער וועלט אין א זוכעניש נאך ספיריטואליזם און העכערקייט.

אלע סימנים ווייזן אז דער קומענדיגער דור וועט אונז אפטרייסלען און אפשאקלען פון דעם יארטויזנטער-לאנגען אנגעזאמלטן שטויב. און ווען דער זאמד-וואלקן וועט זיך זעצן, וועט זיך באווייזן א קלארקייט; די אויגן וועלן זען און די הערצער וועלן זיך פארשטיין, און אינאיינעם בענקען צום זעלבן ציל, צום אייגענעם מקור.

דער רמב”ם זאגט, אז קיינער ווייסט נישט וואספארא כאראקטער די “ימות המשיח” עפאכע וועט טראגן. ווייס איך נישט וויאזוי די גאולה וועט אויסזען. אבער ווען די גאנצע וועלט דורשט נאך אלוקית און איז פאראייניגט אין א ציל פון זיין גוט, איז מסתבר אז משיח האלט אט ביים אנטשפאנען דאס אייזל און א מידער אראפקריכן און דערקלערן דער וועלט: גיסט אפ נעגל-וואסער און לאמיר גיין…