א נייע מכה איז אונז באפאלן, „וועד אישור‟ שמה. רוב גרעסערע, עטאבלירטע מוסדות האבן אהיימגעשיקט צו די עלטערן בויגנס, וואס פרעגן אלערליי משונה’דיגע פראגן איבער די עלטערנ’ס אינטערנעט באנוץ און צוטריט. די שטראף פאר’ן נישט צוריקשיקן דעם בויגן אויסגעפילט איז, אז די קינדער וועלן אהיימגעשיקט ווערן פונעם מוסד.
אין מאנסי האט די זאך אנגענומען א גאר סאפיסטיקירטע סיסטעם. ביים צוריקשיקן דעם בויגן, פאדערט די „אישור‟-ארגאניזאציע מיטצושיקן דעם סכום פון פינף-און-צוואנציג דאלאר, וואס וועט אנגעבליך גיין צו דעקן די קאסטן פון אויפהאלטן דעם „וועד‟.
דער געדאנק פון אזא „וועד‟ איז אייגנטליך זייער אין איינקלאנג מיט דעם בת-היענה אופן ווי די גאנצע אינטערנעט-מערכה לויפט, אנגעהויבן פונעם ערשטן טאג. געווענליך, נוצן מיר דעם משל מיט’ן בת היענה אנצודייטן, אז עמיצער פארמאכט זיך די אויגן, כדי נישט צו מוזן קוקן דאס מציאות אין פנים. די בת היענה פויגל האט אבער נאך שטריכן, און אין דעם פאל זענען זיי אויך נוגע. א גרויסער, שלאבעריקער גוף וואס שלעפט זיך וואקלדיג אויף צוויי אומגעלומפערטע פיס, מיט פליגל אן א מעגליכקייט צו פליען, שטייט די מערכה — ניין, נישט אויף הינערנע פיס, נאר גלאט אין דער לופטן. דער „וועד‟-קערפער באשטייט פון א מיאוס’ער פארזעעניש, וואס ווייסט נישט וואס זי וויל און וואוהין זי וויל אנקומען, אבער טופעט מיט קרימע פיס און פלאטערט מיט אומפראקטישע פליגל, דעם קאפ טיף אריינגעשטעקט אין הייסן, טרוקענעם מדבר-זאמד.
איך וויל זיך נישט אפשטעלן אויף דער לעכערליכקייט פון דער מערכה קעגן אינטערנעט (בעיקר, דעם אופן ווי זי ווערט אויסגעפירט און דעם מהלך המחשבה אונטער איר), נאר ליבערשט ספעציפיש אויף דעם טפשות אונטער דעם אישור-בויגן און דעם אויספרעסן פון מענטשן געלט (נישט קיין חילוק וויפיל). דאס באצווינגען די קרבנות צו פינאנצירן א טפשות-רשעות קאמפיין, איז א חידוש אויף וועלכן סדום-ריכטער וואלטן אונטערגעהויבן די ברעמען.
זאל שוין זיין אז אינטערנעט איז א פראבלעם, איז דאס נעמען יענעמס לעבן אין די הענט און פון יענעם אוועקנעמען די בחירה אן עוולה. ווען די תורה זאגט „ובחרת בחיים‟, רעדט זי נישט צו עטליכע מאכט- און געלט-גייציגע מאניאקן, נאר צו יעדן איד. און היות מיר ווייסן די תורה איז נצחי, איז דער „ובחרת בחיים‟ פארשלאג, געשריבן בלשון יחיד, געזאגט געווארן אויך פאר דער אינטערנעט-תקופה.
דער אינטערנעט איז אבער נישט קיין פראבלעם. יא, ער ברענגט פראבלעמען, פונקט ווי דעם אויטאמאביל, טעלעפאן, און יעדער אנדערער ערשיינונג און ערפינדונג וואס באווייזט זיך אויף דער וועלט. יעדע זאך קען גענוצט ווערן אויף מערערע אופנים, נישט אלע פון זיי גוטע. די גמרא דערציילט אונז וועגן א צדוקי’שן כהן, וואס איז דורך די מאסן פארשטיינערט געווארן מיט אתרוגים. וועמען וואלט איינגעפאלן, אז אן אתרוג קען גענוצט ווערן אלץ א טויטליך וואפן? אינטערנעט איז א געצייג, א גאר-מאכטפול געצייג. איינער יאגט דורך אים אן דעם „דף‟, און א צווייטער בלאנזשעט אין פארנאגראפישע וועבזייטלעך. גוטס און שלעכטס, ביידע פון זיי זענען מיט’ן אינטערנעט אומפארגלייכליך מער צוטריטליך ווי סיי ווען פריער. דאס מאכט אבער נישט דעם אינטערנעט „שלעכט‟, און זיכער נישט ערגער ווי מענטשן וואס נוצן אים אלץ אויסרייד צו טעראריזירן א ריזיגן ציבור יראים ושלמים.
און אפילו אינטערנעט זאל יא בעצם זיין שלעכט און דאס באצווינגען מענטשן מיט פסול’ע מיטלען זאל יא זיין אויסגעהאלטן, איז דער צע’אישור’טער מהלך סתם אזוי מלא טפשות כרימון, ווייל יעדער, אריינגערעכנט דעם פחדן וואס שטייט אונטער דער המצאה, ווייסט אז דער צוגאנג וואס זיי האבן גענומען, פירט אין ערגעץ נישט און איז ווערט א זעץ אין דער ערד. קיינער האט נישט און וועט נישט אויפגעבן דעם אינטערנעט. קיינער וועט זיך מיט גארנישט טוישן לכבוד דעם אנגעפירקלטן פינף-און-צוואנציג דאלארדיגן בויגן. קיינער און גארנישט.
דער אינטערנעט איז דער סימבאל פון אולטימאטיווער פרייהייט, ווייל דאס איז גענוי וואס ער איז: פרייהייט. דו קענסט סטראשען פון היינט ביז’ן קומענדיגן קידוש החמה; יעדער געפינט א וועג ארום דעם טעראר. יעדער גיט זיך אן עצה, ווייל דער הכרח צווינגט דערצו. אינטערנעט איז נישט בלויז א פאקט פון לעבן, נאר א נויטווענדיגקייט. כמעט יעדער אספעקט פון לעבן איז אנגעוויזן, אויף איין אופן אדער דעם אנדערן, אויפ’ן אינטערנעט. דער איינציגער אויסנאם איז דער „וועד-האישור‟ אפיס, וועלכער נוצט טייפרייטערס אויף צו שרייבן און טייבעלעך אויף אפצושיקן בריוולעך. (די 25$ קומט דעקן די הוצאות פון טינט און שטריק.)
און אויב שוין יא אזוי, פארוואס בלויז לגבי אינטערנעט? אידישקייט און חרדישקייט איז דאך סך גרעסער ווי אינטערנעט. פארוואס נישט דארפן אויספילן א בויגן אז כ’מאך נישט קידוש אויף יין נסך; אז מיר היטן טהרת המשפחה; אז איך האב קיינמאל אינעם עבר און וועל קיינמאל אינעם עתיד נישט (זייט מיר מוחל) אשר-יצר’ן פאר’ן בעל פעור; אז כ’וועל נישט מאניפולירן רבנים און רביים זיי זאלן מיר העלפן משוגע מאכן דעם ציבור און פון אים אויספרעסן געלט — און ווייטער פאר אלע תרי”ג מצוות און תשר”ק חרדישע עשרת הדברות?
ווי האט נאר יענער ראש ישיבה נאכ’ן דורכקוקן די צוריקגעשיקטע בויגנס אויסגערופן? „‘סארא טייערער ציבור! זיי זענען אנגעזאגט געווארן נישט צו נוצן דעם אינטערנעט, און אלע, אן אויסנאם, האבן אן קשיות געפאלגט…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.