Yiddish with an Aleph

מעסיגקייט און עקסטרעמיזם

Moderation and Extremism

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

עקסטרעמיזם איז א מאדנע באשעפעניש. אויבנאויף, איז כמעט יעדער סארט עקסטרעמיזם באזירט אויף שכל – און דווקא שכל. עקסטרעמיזם נעמט דעם געווענליכן קוק אויף א ספעציפישער זאך, מענטש, אדער געשעעניש, און קוועטשט פון איר אויס די גאנצע מעסיגקייט. וואס עס פארבלייבט איז דאס קערנדל געדאנק, אן געפיל און באלאנץ. דאס איז מידת “גבורה”, מידת הדין: טרוקענע לאגיק און שכל, אן קיין געפילן.

די איראניע מיט דעם איז אז דער דאזיגער קאלט-שכל’דיגער פענאמען דערהייבט פון דער אנדערער זייט כל’ערליי אבסורדן. דער סאמע ווילדסטער סתירה וואס טרעפט זיך אפט איז א קאאפעראציע צווישן די צוויי עקסטרעמען פון ראדיקאליזם. שנאת ישראל – אדער, שנאת מדינת-ישראל, ווי דער פענאמען דריקט זיך אויס אין אונזערע צייטן – באווייזט אפט צוזאמצוברענגען אונטער איין דאך רעכטע און לינקע ראדיקאלן. אין תוך, איז ראדיקאלער ליבעראליזם א שונא מובהק צום רעכטן עקסטרעמיזם. קען מען אבער ביי אנטי-ישראל דעמאנסטראציעס זען עלעמענטן פון ביידן שרייען אין קול און מאכן די זעלבע העוויות מיט די הענט. די פרטים וואס טיילן די צוויי לאגערס פונאנדער זענען סך מער אין צאל און תוכן ווי די סיבות אויף זייער קעגנערשאפט. דער איינציגער פאקטאר וואס ברענגט די צוויי זייטן צונויף איז בלויז דאס: עקסטרעמיזם. ס’איז נישט בלויז די שנאה וואס צעמענטירט זיי, ווייל די שנאה און סיבות צו דער שנאה טרעפט מען אין אלע סעקטארס פון דער געזעלשאפט. די איינציגע זאך וואס די צוויי צדדים האבן אייניג איז דאס: ראדיקאליזם – דאס נעמען די שנאה צו אן עקסטרעם.

אין אונזער קליין וועלטל טרעפן מיר די זעלבע דערשיינונג, הגם אויף א סך-מער באגרעניצטן פארנעם. ס’איז פאראן דער אלגעמיינער עולם, וואס באשטייט פונעם געווענליכן, דורכשניטליכן איד; דערקעגן זענען פאראן די עקסטרעמען פון ביידע זייטן: דער ראדיקאל-“פרומער” עלעמענט, און די עקסטרעמע גרופע “פארפארענע” – די וואס האבן איבערגעלאזט דעם חרדישן לעבנס-שטייגער. ביידע זענען זיי ביטער און זויער אויפ’ן כלל, און ביידע טראגן זיך ארום מיט אן אימפולסיווער אבסעסיע קעגן דעם חרדישן לעבנס-שטייגער ווי ער איז.

דער געווענליכער עמך-איד ארבעט צו ברענגען פרנסה, האט צוטריט צום אינטערנעט (מיט צוטריט מיינט דער פסוק: איבעראל, אויסער אויף די ועד-האישור בת-היענה בויגנס), דאוונט/לערנט, עסט אמאל אין רעסטאראן, גייט ארויס זיך צעשטרייען דא און דארט, עסט טשולנט-מיט-קוגל אא”וו מיט’ן גאנצן פעקל. א היפשער פראצענט פונעם עולם איז טאקע נישט צופרידן מיט פארשידענע פרטים און אספעקטן פונעם “סיסטעם”; אבער אין אלגעמיין וויל אפילו דער עלעמענט ענדערש זען א תיקון, ווי איידער אים חרוב מאכן.

אזוי איז רוב פונעם עולם. כפי שיטות עקסטרעם-רעכטס און עקסטרעם-לינקס, איז די זאך ווי זי איז ביסודה שלעכט. רעסטאראנען זענען א חורבן הדת, לייטיש-געקליידטע פרויען זענען היימישע מחותנים מיט גילוי עריות, א געשעפט וואס מוז צוקומען צום אינטערנעט איז ביהרג ועל יעבור, הוט-און-רעקל אויף דער גאס איז פון די עשרת הדברות, לערנען לייטיש ענגליש מיט די קינדער איז א דרגה נאך זיי מקריב זיין צום “מולך”, און א דרשה פון פרויען איז סינאנים מיט לילית בשעת מעשה.

ראדיקאל לינקס איז אביסל שווערער צו פאר’סך הכל’ן, ווייל יענע האבן נאך דערווייל אויך נישט סומירט פאר זיך וואס איז אזוי שרעקליך מיט אידישקייט. (תיקונים, ווי דערמאנט, וויל יעדער זען.) א ויכוח מיט עמיצן וואס האט איבערגעלאזט די חרדישע וועלט איז געווענליך איינזייטיג, ווייל יענער וועט בשום אופן נישט דערציילן דעם סוד אין וואס זיין שיטה באשטייט: וויאזוי וואלט חרדיזם יא געזאלט אויסזען. (כ’רעד נישט פון די, וואס זאגן קלאר אז גאנץ אידישקייט זאל אונטערגיין; כ’מיין די וואס שטרייכן אונטער זייער אפנקעפיגקייט און טאלעראנץ צו מולטיקולטורעליזם.) שטייט אזא איינער ווי א נאר און לאכט פון אלעמען, אבער זאגט נישט וואס יא. אבער ווי עס זאל נישט זיין איז אים קלאר ווי דעם טאג אז די זאך דארף אונטערגיין, פאר יעדן פרייז. 
ביידע פון די עקסטרעמען האלטן אז דער טיפ וואס מאכט אויס רוב מנין ובנין פונעם יעצטיגן און אויפקומענדן דור, דארף פשוט פארשווינדן. ראדיקאל רעכטס דערווארט ליידיגע גאסן און אנגעשטאפטע הייזער, בעת ראדיקאל לינקס וויל זען פילע גאסן מיט ליידיגע מענטשן. ביידע טוען ווילדע, אפטמאל אומ’שכל’דיגע זאכן, צו שטופן די זאך אין דער געוואונטשענער ריכטונג, און ביידע זענען היפש נישט באליבט ביים דורכשניטליכן מענטש. ביידע דעמאנסטרירן מיט פלאקאטן אין די הענט, און ביידע פארלאנגען פונעם עולם איינצוזען “דעם אמת”.

אינמיטן שטייען מיר, רוב ציבור, און קוקט צו די זייטן פאר’חידוש’ט ווי צוויי קליינטשיגע גרופעס ראדיקאלן אמפערן זיך מיט אונז און צווישן זיך, און פארשטייען נישט אז יושר און שכל וואוינען נישט דא, נישט דארט.

ס’איז אבער פארט פאראן איין שטריך אייגנארטיגקייט צווישן דעם כלל-עולם און די צוויי עקסטרעמיסטן, והוא, אז ביי פון אונז זענען אנדערש מיט א קריטישן יסודות’דיגן פרט ווי אנדערשוואו אין דער וועלט. די נארמעס און געזעצן אין א געווענליכער געזעלשאפט ווערן באשטימט לויטן רוב. ביי אונז איז עס דאך נישט אזוי. קיינער פרעגט נישט דעם עולם. ווידעראום ביי זיי, אונזערע עקסטרעמיסטן, געפינען מיר נישט אז די צוויי זייטן זאלן זיך צוזאמקומען און ארבעטן אינאיינעם. מיט דעם פרט זענען זיי אן אבסורד, אז אפילו די כללים פון ראדיקאליזם פאלגן זיי נישט אויס…