Yiddish with an Aleph

קאפקאיסטישע מרה-שחורה

Kafkaesque Melancholy

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

אינעם שמועס-צימער „קאווע שטיבל‟ האט זיך געמאכט א דיסקוסיע איבער פראנץ קאפקא. ספעציפיש, רעדט זיך דארט איבער זיין בארימט ווערק, The Metamorphosis. פון קאפקא’ן האב איך פריער שוין געהערט; וועגן דעם ספעציפישן בוך — נישט. אין יענעם שמועס האב איך זיך דערוואוסט וועגן דעם בוך, ווי אויך דעם פענאמענאלן אינטערעס וואס מענטשן און פארשערס האבן צו דעם בוך ארויסגעוויזן. נו, האב איך דעם בוך אפירגעזוכט אויפ’ן אינטערנעט, און אנגעהויבן לייענען.

כ’האב דאס בוך ערשט אנגעהויבן, און כ’בין נישט קיין גרויסער קענער פון ליטעראטור. א פשיטא שוין, אז קיין קריטיקער בין איך זיכער נישט. כ’קען אבער איבערגעבן דעם איינדרוק, וואס דאס ווערק האט געמאכט אויף אזא פשוט’ן, אמאטארישן, שלוש-סעודותדיגן ליטעראט ווי איך.

גרעגאר, דער הויפט העלד, ווערט ביי אנהייב פון דעם מעשהלע פארוואנדלט אין אן אינסעקט. די גרויס פון זיין קערפער, ווי אויך זיין אינטעלעקט, איז געבליבן א מענטשליכער, ווי פריער. דער אייגנטליכער קערפער זיינעם, נאר, ווערט פון א געווענליך-מענטשליכן טראנספארמירט אין אן אינסעקטישן.

„די מעטאַמאָרפאָסיס‟ שפילט זיך אויס אין אן אויסנאמליך דערדריקטער שטימונג. ביי גרעגאר, דעם הויפט העלד, אין הארצן, ווי אויך אינעם הויז וואו די פאמיליע וואוינט, הערשט אן אויסערוועלטישע מרה שחורה.

אין צוגאב צו דער אויסטערלישער געשעעניש, האט דער קריטישער לייענער אין מיר אויפגעכאפט נאך אן אומגעווענליכקייט. די אפוועזנהייט פון שאק, און בכלל סיי וואס פארא ערנסטע עמאציאנעלע רעאקציע צו דעם מוראדיגן שינוי, שפרינגט אין די אויגן. גרעגאר’ן האט געטראפן עפעס שרעקליכס און אפילו אומבאגרייפליך. אבער מיר טרעפן אים באהאנדלען זיין נייעם קערפער מער ווי עפעס אזא אונטערגעקומענע „פראבלעם‟, א פראקטישע שוועריגקייט. די מעשה דערציילט וועגן זיינע באמיאונגען אראפצוקריכן פון בעט, דאס פרואווען באהאלטן זיין מאדנע שטימע, דאס זיך ארויסדרייען פון עפענען די טיר פון זיין צימער און זיך באווייזן פאר מענטשן, אא”וו. עס פעלט די שרעק, דער שאק, די צעמישעניש וואס אזא זאך וואלט געדארפט ארויסרופן.

גרעגאר איז אבער מער-ווייניגער רואיג. ער איז זייער דערדריקט; טיף מעלאנכאליש. אבער שאקירט און צעטרייסלט, נישט. און איך האב זיך געכאפט פארוואס. ווען א מענטש געפינט זיך אין א טיפער מרה שחורה פאר א גענוג לאנגער צייט, קומט ער צו א מצב פון אפאטיע. ער פארלירט דעם אינטערעס אין לעבן און אלע זאכן פונעם לעבן. אין עקסטרעמע פאלן, וועט אזא איינער פרואווען זיך נעמען דאס לעבן. ס‘רוב מאל וועט דער יעניגער מענטש ממשיך זיין צו טאן אלץ וואס די אומשטענדן פארלאנגען; ער וועט אבער פונקציאנירן ווי אן אויטאמאט: ראבאטיש, אן מוט, און כמעט אן טראכטן. ער וועט כמעט נישט קענען זיך צוזאמקלויבן גענוג, צו קענען אנהייבן טאן א נייע זאך, אדער בכלל זיך צופאסן צו נייע אומשטענדן אדער א נייער סביבה.

גרעגאר לעבט אויף אזא אופן, אונטער אזעלכע אומשטענדן. זיינע ערשטע מחשבות נאכ’ן זיך אויפוועקן זענען נעגאטיווע. ער האט זייער נישט ליב זיין ארבעט, און דעם באלעבוס זיינעם – נאך ווייניגער. ער פילט זיך איינגעשפארט אין א מצב, פון וועלכן ער קען זיך נישט באפרייען.

גרעגאר קען זיך נישט אפזאגן פון דער ארבעט, אבער נישט ווייל עמיצער צווינגט אים דערצו למעשה, נאר ווייל זיין געוויסן לאזט אים נישט. גרעגאר שטיצט אונטער זיין פאמיליע; דערצו, צאלט ער די חובות, וואס זיין טאטע איז שולדיג פאר גרעגאר’ס באלעבוס.

אזא סארט דרוק, דאכט זיך, איז נאך ערגער ווי א פיזישער צוואנג. ווען עמיצער זיצט אין א תפיסה מיט די הענט געבינדן, איז גרינגער משלים צו זיין מיט’ן מצב, ווי ווען מ’איז אויף דער פריי, מיט דער מעגליכקייט פון זיך באפרייען פון דעם אומבאקוועמען מצב, און מ’פילט זיך געבינדן פונעם געוויסן. מיט אזא מצב איז זייער שווער משלים צו זיין, ווייל דער מענטש קען דאך למעשה מאכן דעם באשלוס. ער וויל נישט, און בשעת מעשה בלייבט אים א ווארעמל גריזשען אין קאפ. די צוויי רצוניות זיצן אין זעלבן קאפ, און רייסן זיך ארום ווי צוויי טיר-ביי-טיר בלוט-שונאים שכנים. אזא מצב איז טאקע אומדערטרעגליך.

גרעגאר איז פארלוירן אין א טיפן לאך פון כראנישער דערשלאגנקייט. די אויסטערלישע געשעעניש מיט זיין גוף מיינט פאר אים, בעיקר און פאר אלעם, נאך א פראבלעם — איינער פון מערערע אנדערע — מיט וואס ער דארף זיך ספראווען אין לעבן. ער זארגט זיך וועגן די פראקטישע פראבלעמען וואס זיין נייער גוף האט אים געברענגט אינעם זעלבן אטעם און מיט’ן זעלבן „ניגון‟, ווי זיין ווידערווילן כלפי זיין ארבעט און זיין ארבעטסגעבער.

קאפקא רעדט נישט וועגן דעם אספעקט פון דער מעשה דירעקט. ער מאלט אבער אויס די סצענעס, מענטשן, און הינטערגרונט, קעגן וועלכן די געשיכטע שפילט זיך אויס אזוי קלאר און קינסטליך, אז דער לייענער פילט פשוט אפ דעם שרעקליכן צושטאנד פון גרעגאר’ס פסיכיק אן דעם וואס דער פרט זאל בפירוש דערמאנט ווערן אפילו איין מאל.

און דאס האט מיך צום שארפסטנס באנומען מיט „די מעטאמארפאסיס‟. אזא מצב קען מען מיט קיין ווערטער נישט שילדערן. די בעסט-געמאלענע בילדער זענען ביליג און בלאס. קאפקא האט געפונען א זייטיגן וועג, מיט וועלכן ער פירט אריין דעם לייענער אין דעם צושטאנד.

דאס איז א קונץ. איך מיין, אז קיינער קען עס נישט פארשטיין, אויסער עמיצן, וואס האט שוין אמאל אין לעבן באזוכט אט דעם „לאָך‟.