אויפן „זיק‟ וועבזייטל וואס איז אפיליאירט מיטן ענגלישן „פארווערטס‟, האט שלום דין געשריבן א לענגערן ארטיקל, וואו ער ערקלערט פארוואס ביים פארלאזן דעם חרדישן לעבן איז ער געווארן גענצליך סעקולער, און האט נישט אויסגעקליבן צו פארבלייבן פרום, נאר מיט א מעסיגערן סארט אידישקייט. אמת טאקע, אז חרדיזם איז פאנאטיש, פונדאמענטאליסטיש, עקסטרעם; חרדישע אידישקייט באגרעניצט טאקע דאס לעבן פאר די אלע, וואס ווילן עפעס מער ווי דאס וואס קאנפארמיטעט שטעלט צו. אבער פארוואס אינגאנצן פארלאזן דאס פרומע לעבן? אזוי האבן פיל געפרעגט פון שלומען. די באגרעניצונגען זענען דאך נאר א רעזולטאט פון דעם חרדישן לעבנסשטייגער, טא, פארוואס נישט בלייבן אן ארטאדאקסישער איד, נאר פירן א מאדערנעם לעבן און נהנה זיין פון גאט’ס גרויסער וועלט?
שלום, עלעקוואנט ווי אייביג, גייט אריין אין א לענגערן ביאור איבער „אין אדם מעיד שקר לבנו‟, און די „אמונה‟ — טראסטבארקייט, וואס מיר דארפן קענען האבן אין אונזערע עלטערן און געזעלשאפט. ער איז מסביר, אז איינמאל די טראסט איז אויסגעריסן געווארן, ער האט איינגעזען מיט וואס פארא שקרים מיר ווערן געפיטערט ווי חרדישע אידן, האט שוין נישט געהאט קיין זין צו בלייבן שטעקן מיט „אמונה‟. גלייבן אין רעליגיעזע דאקטרינעס האט פארלוירן דעם באדייט, און „מיר ווייזן צוריק דאס וואס פארלאנגט טראסט, אבער אנערקענט נישט דעם צורך עס צו פארדינען; דאגמעס און באהויפטונגען איינפאך דערקלערט ווי אמת, זאל עס זיין סאטמאר אדער מאדערן ארטאדאקסיע, חב”ד אדער רעניועל.‟
שלום דינ’ס ארטיקל איז שיין, און ברענגט ארויס גוטע נקודות. אבער איך מיין, אז דער הסבר פארוואס מאדערן ארטאדאקסיע אפעלירט נישט צו געוועזענע חרדים, איז פשוטער פון דעם, און עס קען גאר זיין, אז דין האט דאס אויך מכוון געווען.
רוב מענטשן וואס ווערן אויפגעצויגן מיט א געוויסער רעליגיע, נעמען נישט די מי דורכצוטראכטן צי די רעליגיע איז לאגיש, און צי אירע באהויפטונגען לייגן זיך אויפן שכל. און דער אמת איז, אז פאר רוב מענטשן איז נישט אזויפיל נוגע צי זייער אמונה איז אמת, צי נישט, וויבאלד די רעליגיעזיטעט שטעלט זיך אויס ווי א פאזיטיווע ערשיינונג איז זייער לעבן. די אמונה גיט כח און מוט, עס איז מחזק, און גיט א געפיל פון אייביקייט, העכערקייט, און א סיבה אויף צו לעבן. פאר מענטשן וואס האבן געליטן פון דער אמונה, איז אבער יא פאראן א סיבה זי צו שטודירן, און צו אינוועסטירן צייט און טראכט צו דערגיין צי זי איז אמת צי נישט.
א דורכשניטליכער מאדערן-ארטאדאקסישער איד פאר וועמען די וועלט איז אפן מיט אלע אירע קאלירן, האט נישט אזא שטארקע פראקטישע סיבה צו דעבאטירן דעם אמת פון אידישקייט. אבער ווען רעליגיע ווערט געפרעדיגט מיט פונדאמענטאליזם אויף אן אופן וואס זי דערשטיקט דעם מענטשן, ווי עס איז דער פאל מיט חרדישער אידישקייט, איז דאס א סיבה אריינצוטראכטן זיך דערין, און זיך צו באטראכטן, צי אידישקייט איז שכלדיג.
עס איז אמת, אז דער חרדישער טעראר פון מחשבה און מעשים איז דאס וואס טרייבט אוועק אזעלכע ווי שלום דין פון חרדישער אידישקייט, און עס איז אויך אמת, אז מאדערן ארטאדאקסישע אידישקייט פארמאגט נישט אט די באגרעניצונגען. אבער דער צער פון חרדיזם דינט ווי א קאטאליזאטור אויף צו טראכטן וועגן רעליגיע בכלליות. און אז אלעס שטעלט זיך ארויס אלס פאלש, צו וואס בכלל זיך פארפליכטן צו סיי וואס פארא סארט אידישקייט?
דער זעלבער מענטש וואס וואלט געווען א פיינער רעליגיעזער איד, אויב וואלט ער אויפגעצויגן געווארן ווי א מאדערן-ארטאדאקסישער איד, קען אינגאנצן פארלירן די אמונה ווערנדיג אויפגעצויגן ווי א חרדישער איד. חרדיזם, מיט אלע אירע שקרים און באגרעניצונגען, גיט א גוטע סיבה צו טראכטן, און טראכטן קען ברענגען צום גענצליכן פארלוסט פון רעליגיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.