Yiddish with an Aleph

חרדים אין מיליטער?

The Haredim in the Military?

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images
חסידישע יונגע־לײַט אין מאה־שערים, ירושלים.

יענע וואך איז פאררופן געווארן א גרויסער פראטעסט אין מאנהעטן קעגנאיבער דעם ציוניסטישן קאנסול, אין ליכט פון אנגעבליכע רדיפות הדת אין ישראל געוואנדן קעגן דעם חרדישן ציבור. צעטלעך זענען צעווארפן געווארן שוין א לענגערע צייט פריער, פלאקאטן מיט רויטע אותיות האבן פיגורירט איבער די לעקטער-זוילן אין די היימישע געגנטן, און גאט צו דאנק וואס ס’איז אביסל געבראכן געווארן די באנאלע טאג-טעגליכקייט. וואס טוט א גוי א שטייגער, ווען ער פילט אז ער דארף דעם טאג אביסל אויפשאקלען? ער גייט אינעם יענקי’שן סטאדיום, אדער אין סיטי-פיעלד (דוקא א מחותן אונזערער, פון דער צייט וואס מיר האבן דארט אויסגעפירט דעם מאסיוון ראלי קעגן די כלי משחית), און ער קוקט זיך נעבעך אן ווי א באנדע היפיס שוויצן זיך אויס מיט א באל. דער עולם ארום פאטשט, מ’שרייט, און אפנים מ’פארטרייבט די צייט מיט ליידיג-גייעריי. דארפן מיר דאך זען “מה בין בני לבן חמי”, מיט וואס אידן ברענגען אריין פילפארביגקייט אינעם לעבן, קעגן דער גוי’שער פוסטעריי.

צוערשט האט אונז גאט געשאנקען מיט א מדינה’לע, אז מיר זאלן האבן מיט וואס דעם טאג איבערצוקומען. וואס א פנים וואלטן מיר געהאט אן אזא קאנקרעטן שונא? די השכלה איז שוין נישט עפעס אזוי אקטיוו מער, ציוניסטישער אקטיוויזם אויך נישט. דוקא אין דער מדינה אליין רוקט זיך דער עולם אלץ מער אויף רעכטס, די רעליגיעזיטעט הייבט זיך שטארק, דער חרדישער געדאנקענגאנג ספעציפיש איז מצליח איינצוטרעטן אלץ ווייטער און טיפער אינעם אלגעמיינעם רעליגיעזן טראכטן, און אלע אנדערע רעליגיעזע פארמען טרעפן זיך מיטאמאל קליין אין די אייגענע אויגן קעגן דער זעלבסטזיכערקייט און אראגאנץ פון דעם חרדישן וועזן. היינט, ווי וועלן מיר טרעפן די הענט און פיס קעגן זיך אליין? מהיכי תיתי, די טעכנאלאגיע קען אמאל זיין א ציל פאר מלחמה, דאס ענטהאלט אבער נישט א קאנקרעטן לאגער וועלכער פרובירט אונז איינצושלינגען. ואנו אנה אנו באים? וואס א שטייגער זאלן מיר מכוון זיין ביי ולמלשינים?

אין אמת’ן איז דער ענין פיל טיפער פון אזא מין אויבערפלעכליכן קוק. ס’איז נישט וואס מיר זוכן גלאט אזוי שונאים, נאר ס’איז אונז טאקע אזוי איינגעגעסן אינעם בלוט אונזערן, אז מיר זענען ארומגענומען מיט שונאים. נאך מער פון דעם, ווייסן מיר להלכה אז יעדער פארעם פון אידישקייט וואס איז נישט גענוי אין איינקלאנג מיט אונזער אייגענעם וועלטקוק איז אויף אן אמת’ן טאקע נישט צופיל אנדערש פון גלאטער גוי’שקייט. לאמיר זיין אויפריכטיג, אפילו דער ליטוואק וואס הארעוועט זיך אפ אויף “טעירע”, איז דאך אויך נאר אינגאנצן מעשה שטן. דעם יצר הרע איז ניחא אז אזעלכע טשופיקעס וואס טרעפן זיך מיט זיבן מיידלעך איידער זיי האבן חתונה זאלן קענען כל התורה כולה. “ווילסט קענען לערנען?” זאגט דער שטן, “אדרבא! האק שטיקער. איך וועל דיר נאך צוהעלפן.” נאר קעגן די חסידים, נאר דארטן פארלייגט זיך דער שטן, מחמת ער ווייסט אז זיי לערנען צוליב עבודת השם. היינט ווער רעדט נאך וועגן די פראקציעס וואס זענען אינגאנצן אויסער די גרעניצן פונעם חרדישן מישמאש. יענע ווייסן דאך אליין אין הארץ אז די אידישקייט ביי זיי איז נישט קיין אמת’ע, מאכן זיי נאר דעם אנשטעל פון פרומקייט.

מיט איין ווארט, זוכן זיך א שונא איז א האלבע צרה, זען אין אלעמען א שונא איז היבש שארפער. דער שרעק פון מאביליזירונג איז נישט נאר דאס איבערלאזן תורה לערנען, נאר פיל מער פון דעם – אז תורה לערנען וועט שוין נישט העלפן. דער שרעק איז דאס אריינגיין אין אן אנדער וועלט, אין א וועלט וואס געהערט דעם שטן, אין א וועלט וואו מ’קען לערנען פון היינט ביז איבערמארגן, נאר די תורה איז גארנישט ווערט. דער שכל זאגט אז מ’וואלט געקענט מיט דער רעגירונג אפשמועסן וויאזוי א חרדישע איינהייט זאל זיין אוועקגעשטעלט אז ס’זאל נישט אנשטויסן זיך אין הלכה שאלות, נאר דאס איז אלעס א וויץ. אין תוך גערעדט פילט דער פולס פונעם חרדישן וועזן ווי יעדער סארט שייכות מיט וועלטליכע ענינים שמעקט נישט גוט. דאס אנשליסן זיך אין “עפעס וואס אונזערע עלטערן האבן נישט געוואוסט” (א סברא אז אידן זענען אין אייראפע נישט געוואוינט געווען צו א דרעפט-סיסטעם…) באדייט די ענדע פון אונזער קיום - אינעם אופן ווי מיר קענען זיך היינט.

איז אבער א פראבלעם נאר ווי מ’קען דעם ענין אויסגלעטן מצד דעם ארום. מיט וואס א רעכט זאלן מיר זיך אפזאגן פון צושטעלן דאס געפאדערטע שותפות אין דער זיכערהייט פונעם לאנד, ווי ס’פאדערט זיך פון יעדן לאיאלן בירגער? אליין מאטערט אונז נישט די שאלה, וויבאלד אין א וועלט וואו אזעלכע שאלות מאטערן דעם מענטש עקזיסטירט נישט אזא שרעק ווי אנשליסן זיך אין מיליטער. די שאלה אליין שמעקט שוין מיט וועלטליכקייט. איז עס אבער מער א פראגע פון “סתימת פי השטן”, ווי אפצוענטפערן די אומות וואס טשעפען די אידן, געפינט זיך שוין ממילא אפ ווי עס איז א לומדישן מהלך – נישט אויף אויסצוארבעטן א פשרה, נאר ריכטיגער וויאזוי עס אויסצומיידן. אונזער עולם אין ארץ ישראל קען שוין דעם פשעטל בעל פה, אז מיר גלייבן אז די תורה באשיצט דאס לאנד, און ממילא איז נישט וויכטיג אז ישיבה בחורים זאלן גיין דינען אינעם מיליטער. זיי זענען גאר די אמת’ע שומרים פונעם לאנד.

ביי אידן איז א מנהג צו זאגן אז אויף קשיות קען מען ענטפערן תירוצים, נאר אויף תירוצים איז נישט שייך צו ענטפערן א תירוץ. ווען אונזער עולם וואלט ערנסט זיך געקימערט איבער דעם פראבלעם פון לאיאליטעט, נאך מער איבער דעם פראבלעם פון עגאאיסטישער געלט-[פר]עסעריי וואס קומט בהכרח מיטן בלייבן זיצן אין די ישיבות אן צושטעלן א פינגער לטובת הכלל, וואלט די דערמאנטע טענה געווען א קשיא און מ’וואלט אפשר זיך געקענט דערמיט אן עצה געבן. ס’ווייסט אבער יעדעס קינד אז דאס איז א תירוץ, און נישט דוקא א גוטער תירוץ. ס’פארשטייען אלע אז מ’קען דארט א טאג נישט בלייבן וואוינען ווען מ’זאל דאס לאנד נישט באשיצן מיט מענטשליכע כוחות, נאר מיר גלייבן אין א פילאזאפיע וואס זאגט “דאס לאנד וועט נישט אונטערגיין, וויבאלד יענער וועט גיין קעמפן…”

מיר ווילן לעבן, ריכטיג? אודאי אזוי. מיר האבן זייער ליב צו לעבן, און מיר ווילן חלילה נישט איינשטעלן עס. איך ציטער אליין צו טראכטן ווי דאס קוקט אויס ארויסצוגיין מיט א ביקס אויפ’ן פראנט און שיסן. דאס הארץ טרייסלט פון אזעלכע געדאנקען. נאר צו טראכטן אז דערפאר גייט יענער און נישט איך, מוז, פאר יעדן פרייז, אונז אויפציטערן נישט ווייניגער. און אויב טאקע מיר זענען אזוי אומשולדיג, און מיר וואלטן זייער גערן געגאנגען אין מיליטער ווען נישט דעם דערמאנטן תירוץ, אדער אפילו ווען מיר האבן אינזין מער אמת’ע תירוצים, וואלטן מיר ווייניגסטנס געמוזט אזוי וויינען ביי יעדן מענטשליכן פארלוסט אויפ’ן פראנט, ווי גלייך מיר וואלטן א טייל געהאט אין זיין טויט. נאך אלעמען קומען מיר אפ זייער לייכט מיט’ן “שיצן דאס לאנד” מיט דער גמרא… ווי האט יענער געזאגט? ער האט געמאכט א דופן עקומה, גוד אסיק, לבוד און אלע גוטע זאכן, נאר א גנב האט זיך אים דאך איינגעבראכן אין דער סוכה…

און דערפאר טאקע ווען ס’קומט יום הזיכרון, להכעיס דער מלכות הרשעה, בפרט יעצט נאך די ביטערע גזירות, וועלן מיר ארויסווייזן אונזער נאמנות צו דער תורה דערמיט וואס מיר וועלן מארשירן איבער די גאסן בשעת די סירענעס צעפייפן זיך אין אנדענק פון די אומגעקומענע מיליטער-לייט. שטימט אזוי? נישט וואס מיר וועלן אנשטאט דעם אויפשטעלן צענטערס אויף צו לערנען משניות לעילוי נשמת די אומגעקומענע, מיר וועלן איבער זיי אפילו קיין לחיים נישט טרינקען נאכ’ן דאווענען און דערמאנען די נשמה זאל האבן אן עלייה, ווי מיר טוען עס ערליך ביי יעדן יארצייט פון וועלכן עס איז נאנטן אדער ווייטן מענטש. נאר וואס דען? ווייניגסטנס וועלן מיר צייגן די פרייע אז מיר האבן אין זייערע הבלים קיין טייל נישט, מיר ווילן דאס נישט, און – אויסער געלט, וואוינונג און אפילו אביסל ציוניסטישער שטאלץ (ווען ס’קומט גוט אויס) – ווילן מיר גארנישט וויסן פון דער גאנצער מדינה… נאר אז מ’וועט ארויפברענגען רוסישע גויים פון אויסלאנד כדי צו העלפן מיט’ן אנהאלטן א פראדוקטיוון כח אינעם לאנד, וועלכער זאל נישט מוזן איינשליסן די אראבער, דא וועלן מיר לאזן זיך הערן ווי עס ווייטאגט אונז קעגן דעם וואס דאס אידישע לאנד ווערט פארשוועכט, און מ’לאזט אזויפיל גויים זיך באזעצן אויף דער הייליגער ערד.

דער מצב פאדערט פון אונז א תשובה. פארוואס זאל עס אזא פנים האבן ווי עס האט? אפשר טאקע, איך האב מורא עס צו זאגן, נאר אפשר טאקע ווען מיר וואלטן די צייט געטריבן מיט ענליכע זאכן ווי ס’טרייבן עס די גויים… נישט חלילה אין דער צייט וואס מ’לערנט תורה, נאר איך מיין אין דער צייט וואס מ’גייט פראטעסטירן.. איך מיין אויך נישט פוסבאל שפילערייען, מיר גלייבן דאך אז מיר שטייען העכער פון דעם, דערפאר למשל פאטאגראפירן מיר די רבי’ס אויף יעדן שריט און טריט, כדי מיר זאלן קענען אין זיי זיך איינקוקן פאר’ן עסן די טשאלנט און דער עיקר נאכדעם ביים איבערכאפן דעם נאכמיטאג דרימל, איז קומט דאך אודאי נישט אין באטראכט מיר זאלן זיך פארנעמען מיט הבלים. נאר אפשר טאקע ווען מיר וואלטן אנגענומען מיט ביידע הענט דעם טיפערס וואס שטעקט אין גאט’ס וועלט, אדער אפילו נאר אין אונזער אייגענער פארגאנגענהייט, ווען מיר וואלטן געלערנט אונזער אייגענע היסטאריע אין די ישיבות, ווען מיר וואלטן אפילו נאר ארומגענומען א ברייטערן ספעקטרום פון אונזער אייגענער ספרים-שאפע, און נישט אפ’געפסל’ט דריי-פערטל פון אונזער סאמע נשמה ווי פאר’סמ’טע נטיות, אפשר דעמאלט וואלטן מיר אן אנדער איד ארויסגעגעבן. אפשר דעמאלט וואלטן מיר זיך מער נישט געשראקן אזוי פאר אזא געדאנק ווי זיין לאיאל צו דער רעגירונג. אפשר דעמאלט וואלט אונז דער געדאנק פון באשיצן אן אייגן לאנד נישט אזוי באאומרואיגט.

אמת, אלץ אזעלכע אידן וואלטן מיר מסתמא אויפגעהערט צו לעבן אויף פודסטעמפס, מעדיקעיד, וואוטשערס און כל-ערליי דריידלעך, מיר וואלטן מסתמא געלערנט זיך אליין צו שטעלן אויף די פיס, מיר וואלטן מסתמא נישט געקוקט מער אויף דער וועלט מיט אזויפיל חשד, אבער דערפאר וואלט אונזער אידישקייט נישט געווען אזא פארגליווערטע, זי וואלט נישט געווען אזא מאטעריאליסטישע באשעפעניש וואס שטויסט אפ די יונגווארג, און מיר וואלטן געקענט די פנימיות פון אונזער נשמה קוקן דירעקט אין די אויגן. ווען מיר זאלן עס מיינען מיט אן אמת וואלטן מיר כאטש אליין אפירגעזוכט דעם גאט פון אונזערע עלטערן, מיר וואלטן די געטשקעס אונזערע אוועקגעווארפן פאר דעם אמת וואס שטעקט אין אונזערע אייגענע טיפענישן, די נאטירליכע ליבע און יראת הכבוד כלפי דעם נס פון וועלט און די ראלע וועלכע מיר שפילן אין דעם.