Yiddish with an Aleph

גיוס בני ישיבות קעגן רדיפות בני ישיבות

Draft of Yeshiva students Vs. Oppression of Yeshiva Students

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images
דעם 26סטן מײַ אין ירושלים האָט גראַדויִרט דער חרדישער באַטאָליאַן „נצח יהודה‟, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1999.

ס’טוט זיך א וועלט מיט „גיוס בני ישיבות‟. די ישראל-רעגירונג וויל אפשטעלן דאס אויטאמאטישע אפ’פטר’ן חרדישע ישיבה-לייט פון מיליטערדינסט, און די פרומע וועלט קאכט און זידט, און זוכט מיטלען אויף אפצושרייען די גזירה.

מען הערט קולות ביז’ן הימל. אבער פון די ליארמען איז שווער ארויסצוקריכן מיט קאנקרעטע ווערטער. איך זוך נאך די סיבה צו דעם מוראדיגן טומל. וואס איז אזוי עק וועלט דערמיט? דעם סאטמארער פערספעקטיוו לאזט זיך נאך פארשטיין. דארט ווערט דאס דינען אינעם ישראלדיגן מיליטער, באטראכט ווי די עצם עקזיסטענץ פון ישראל, ווי א תורהדיגע פראבלעם. מען טאר נישט האבן אן אייגן לאנד פאר משיח’ס קומען, און דאס טיילנעמען אין אזא ווירטשאפט איז אפגעפרעגט. אבער די אנדערע קהילות און קרייזן: וואס איז די פראבלעם? פארוואס זאל מיליטערדינסט זיין אנדערש ווי דער צוגאנג זייערער צום לאנד אין אלגעמיין?

איך קען נישט די פרטים, אבער ווי איך פארשטיי, רעדט מען פון צושטעלן די חרדים אלעס וואס נויטיג צו קענען אין מיליטער פירן א חרדישן לעבנסשטייגער, ענליך צו (און אפשר נאך מער) ווי אינעם עקזיסטירנדן „נחל חרדי‟. דער איינציגער פארבליבענער תירוץ פאר’ן טומל איז, אז דאס וועט ברענגען צו „ביטול תורה‟ — וואס מיינט נישט דווקא נאר דאס נישט-לערנען אדער ווייניגער לערנען — נאר באציט זיך צום ניווא פונעם חרדישן לעבנסשטייגער בכלל, וואס וועט אינעם מיליטער לכאורה זיין אויף א נידעריגער מדריגה ווי אין די ישיבות.

איך קויף עס אבער נישט. ווען די ישיבות וואלטן געווען אזעלכע, וואס געבן זיך טאקע אפ מיט בחורים, זיי מחנך צו זיין, זיכער צו מאכן אז זיי לערנען און פארשטייען דאס געלערנטע, וואלט דאס אולי געווען א טענה. דאס מציאות איז אבער אנדערש. דאס מציאות איז, אז דער ישיבה-סיסטעם איז בפירוש נישט אויסגעשטעלט מחנך צו זיין און אויסצולערנען תורה און אידישקייט. די ישיבות (ווי כמעט אלע חרדישע חינוך-אינסטיטוציעס) זענען אזעלכע „פרידנס-אנשטאלטן‟, וואו קינדער און בחורים דארפן „רואיג איינזיצן‟ און אויסווארטן די גאולה. נישטא קיין חינוך, נישטא קיין תורה, נישטא קיין יהדות, נישטא קיין מידות. גארנישט. גאלע גארנישט! דאס בעסטע וואס א „גוטע‟ ישיבה שטעלט צו, איז א מגיד שיעור מיט א באמבאסטישער רעפוטאציע פון האקן א טשייניק מיט האר-שפאלטנדע פלפולים.

און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן פאל — א דערשיינונג וואס ווערט אלץ אפטער — זענען ישיבות אזעלכע מעדיומס, אמצעים, פאר אויסגעפאשעטע בעלי גאה צו ווייטער אנבלאזן זייער עגא. דאס אפזאגן בחורים פון ישיבות און קינדער פון בית חינוך אן קיין שום נארמאלער אורזאך, האלט נישט ווייט פון פארוואנדלט ווערן אין דער נארמע. א קינד וואס פאלט נישט אריין אין דער באשטימטער קריטעריע, מיינען די דאזיגע מושחתים/מנהלים, זאל ליבערשט בלייבן אויף דער גאס. און די קריטעריע פון וואס מען רעדט דא איז: צוגעבן גלאנץ צו דער ישיבה. כדי צו ווערן אנגענומען, פאדערט זיך איין עיקר: דער בחור זאל זיין אזא איינער, וואס וועט העלפן אנהאלטן אדער פארבעסערן דעם „גוטן נאמען‟ פון דער ישיבה.

ניין. נישט ביטול תורה שטערט זיי. זיי שטערט אויך נישט דאס, אז בחורים וועלן זיך געפינען אינדרויסן פון א ישיבה מסגרת. אויב שטערט זיי נישט אז בחורים טרעפן זיך אויף דער גאס, שטערט זיי זיכער נישט אויב בחורים וועלן זיך טרעפן אין א מסגרת וואס, טאקע נישט ממש א ישיבה, איז אבער פארט א מסגרת מיט שיעורים און א סדר אין איינקלאנג מיט דער הלכה.

און איר ווייסט וואס כ’וועל אייך זאגן? איך זע אין „גיוס בני ישיבות‟ דעם הימלישן ענטפער אויף דער פארדארבענער בתי-חינוך אפזאגונגס קולטור; אויף דעם ארויסווארפן און לכתחילה נישט אננעמען קינדער און בחורים, וואס ווילן באמת ובתמים זיין אין א ישיבה! א גענוג גרויסע צאל פון עלטערן האבן געלאזט גענוג טרערן, אז דער דריטער שותף שבשלשה שותפים באדם זאל קומען צושטעלן א לעזונג. די ווארפערס/נישט-אננעמערס זענען בעלי בחירה, און אויב זיי זענען נישט גרייט איבערצוקומען זייערע פארדארבענע מידות, ברענגט דער אויבערשטער א ישועה פון אן אנדער ריכטונג. און די השגחה האט דא אויסגעדרייט דעם דאשיק: אנשטאט דעם וואס די דאזיגע קינדער און בחורים זאלן זיך פילן אנדערש און אויסגעשלאסן, וועלן זיי באמת ווערן דער לכתחילה. אנשטאט זיך באהאלטן אין א ווינקל און באוויינען זייער שלעכט מזל, וועלן זיי מיט א געהויבענעם קאפ גיין אין מיליטער, אינאיינעם מיט רוב אנדערע זייערסגלייכן. די בחורים וועלן דארט לערנען תורה, און, להבדיל, באקומען א פאך און מענטשליכקייט.

זאלן די צבוע’קעס וואס האבן מיט זייערע מעשים אנגעברענגט דעם מצב מוחל זיין און שווייגן. וויינט נישט, ליארמט נישט, ברעטשעט נישט. איר האט גענוג חורבנות געמאכט; איר האט גענוג געשעדיגט. יעצט איז צייט פאר א תיקון, און איר, שטערערס, שטעלט זיך זייט מוחל אין א זייט און שווייגט.