Yiddish with an Aleph

אינטערנעט און אפנקייט, אין ליכט פון חושך

Internet and Openness in a World of Darkness

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט א פריינט. דאס איז געווען נאך אן אויפגעקומענעם סקאנדאל, ווען א יו-טוב ווידעא האט געוויזן עמיצן באגיין אן אוממאראלישן אקט. מיר האבן דעמאלט גערעדט וועגן דעם, אז דער אינטערנעט איז עלול צו ברענגען צו אן עולם התיקון — על כל פנים אין דער פרומער וועלט. ווי מער פראגרעס דער אינטערנעט מאכט, אלץ שווערער ווערט דאס באגיין אוממאראלישע מעשים, ווייל מען קען קיינמאל נישט וויסן, צי דער אקט וועט נישט רעקארדירט און ארויפגעשטעלט ווערן אויפ’ן אינטערנעט פאר אלעמען צו זען.

איך האב זיך דעמאלט געפרואווט פארשטעלן וויאזוי די וועלט וועט אויסזען מיט עטליכע יאר שפעטער. עפעס האט זיך מיר נישט געלייגט אויפ’ן שכל, אז דער אויסגאנג פון טעכנאלאגיע-פארשריט וועט זיך אויסדריקן אין א גרעסערער מורא פאר עבירות. דער מענטש, ווי די מענטשהייט, איז ווי ער איז. ער וויל וואס ער וויל און פרואווט מיט אלע מעגליכקייטן דערגרייכן זיין רצון. שטיינער און שוועריגקייטן זענען אייביג געווען און וועלן אייביג זיין. די מענטשהייט האט זיך מיט שוועריגקייטן שטענדיג אן עצה געגעבן. שווער צו טראכטן, אז דאסמאל וועט זיין אנדערש.

יענער שמועס איז מיר אויפגעשוואומען אין זכרון, ווען איך האב מיט א שטיק צייט צוריק געלייענט ערגעץ-וואו וועגן א „סמאַרטפאָון-עפּפּ‟ וואס א געוויסע אייראפעאישע „הייטעק‟־פירמע האלט אינמיטן דערצייגן; אט די נייע זאך וועט דערמעגליכן דורכצוזען ווענט. דאן איז אויפגעקומען א באריכט פון דעם אינטערנעט-ריז, „גוגל‟, אין וועלכן ער האט פראקלאמירט זיין לעצטן אויפטו: גוגל-גלעזער — אזא פּאר „אויגנברילן‟, וואס קומען אויסגעשטאט מיט דער לעצטער טעכנאלאגיע, וואס וועט צווישן אנדערן דערמעגליכן דעם מענטש צו כאפן בילדער און רעקארירן ווידעאס, און דאס באלד ארויפלאדענען אויפ’ן אינטערנעט.

איך האב זיך געכאפט, אז די אפנקייט און צוטריטליכקייט פונעם אינטערנעט וועט למעשה האבן א גאר פארקערטע פעולה ווי יענע, וועגן וועלכער מיין חבר האט זיך געשראקן. מיט די מעגליכקייטן וואס די גוגל-ברילן שטעלן צו — שוין אפגערעדט אויב טעכנאלאגיע וועט אונז צושטעלן א מעגליכקייט פון דורכקוקן ווענט — וועט פריוואטקייט פשוט פארשווינדן. אויסגערינען: נישטא… אויב דאס מציאות וועט טאקע ווערן אזא, וועט די וועלט זיך נישט א סך נישט טוישן: מענטשן וועלן צוליב דעם נישט אויפהערן עסן-טרינקען, לאכן און שטיפן, אויסטאן-אנטאן אא”וו. דאס איז דאך פשוט און זיכער. וואס יא, די אלע זאכן וועלן מער נישט פאררעכנט ווערן ווי „פריוואטע מעשים‟. פון קאך און שלאפצימער, וועלן די אלע אקטיוויטעטן זיך אריבערטראגן צום רשות הרבים.

אלע לעבנס-נארמען וואס זענען יעצט פאררעכנט ווי פריוואט, ארומגענומען מיט בושה, וועלן טיילן דעם זעלבן גורל ווי נאקעטקייט, פיזישע פעלערן, אלטערנאטיווע לעבנסשטייגערס, און אומפאפולערע וועלט-אויסקוקן. די מחיצות וועלן, אינאיינעם מיט דער בושה, אוועקפאלן און אלץ וועט „נארמאליזירט‟ ווערן.

די וועלט גייט זיך נישט טוישן. די מענטשהייט — אויך נישט. יעדנפאלס, קיין דראסטישע, רעוואלוציאנערע שינויים וועלן נישט אריינטרעטן אין א וועלט; און די מענטשהייט וואס וויל רק לעבן אין באקוועמליכקייט און ווערט געטריבן בעיקר פון געוואוינהייט, וועט טאן דאס זעלבע ווי תמיד אין דער פארגאנגענהייט: זיך צופאסן צו דעם נייעם מציאות, אבער נישט ניצנדיג מער אנשטרענגונג ווי אבסעלוט נויטיג. דער גרינגסטער וועג איז צו נארמאליזירן די אויפגעדעקטע אספעקטן און אקטיוויטעטן פון לעבן. אלעס וואס דער אינטערנעט וועט מגלה זיין, וועט ביסלעכווייז פארוואנדלט ווערן אין עפנטליכקייט און אפנקייט באופן לכתחילה.

דאס מיינט אבער נישט, אז די באגריפן פון „מאראל‟, „גוט און שלעכט‟ וועלן אוועקפאלן. וואס וועט אוועקפאלן איז די בושה און מורא פאר מענטשן. די וואס וועלן בלייבן „מאראליש‟ (דאס הייסט, זיך האלטן צו די אנגענומענע נארמעס פון מאראל און עטיק), וועלן עס טאן מכוח אייגענער איבערצייגונג — לשם שמים, ווי מען רופט עס אין יהדות.

כ’האב אמאל געהערט נאכזאגן אין נאמען פון א גוטן איד, אז דער גלות, אין וועלכן מיר געפינען זיך יעצט לויפט אויף א סיסטעם פאראלעל צו די צען מכות, וואס ג-ט האט געברענגט אין מצריים. די יעצטיגע תקופה, האט יענער געזאגט, רעפלעקטירט די מכה פון „חושך‟. לויט חז”ל האט די מכה פון חושך אנגענומען א פאראדאקסאלן כאראקטער: פאר די מצריים איז געווען שטאק-פינסטער, בעת פאר די אידן האט געהערשט דווקא אן איבערנאטירליכע ליכטיגקייט, וואס האט זיי דערמעגליכט דורכצוקוקן ווענט און זען אלץ וואס עס טוט זיך ביים מצרי. יענער חושך האט געטראגן א מין פיזישן כאראקטער אויך. די מצריים האבן זיך אין דער פינצטערניש נישט געקענט רירן פון ארט, בעת די אידן האבן איבעראל פריי ארומגעוואנדערט. א גרויסער טייל פון כלל ישראל, זאגן חז”ל, איז אויך אויסגעשטארבן דורכאויס יענע חושך-טעג. דאס זענען געווען די, וואס זענען געווען אזוי „אסימילירט‟, אזוי צו זאגן, אז זיי האבן געוואלט פארבלייבן אין מצריים. זיי האבן נישט געוואלט „באפרייט‟ ווערן. אין דער קבלה געפינען מיר, אז יענע אידן זענען נישט אויסגעשטארבן אין בוכשטעבליכן זין, נאר „פארלוירן געווארן‟; דער „איד‟ אין זיי איז דעמאלט געשטארבן. ס’איז אין יענע טעג, הייסט עס, פארגעקומען אן אויפשאקלונג, א בירור, וואס האט אנטשלאסן, איינמאל פאר אלעמאל, ווער אהער און ווער אהין.

דער אינטערנעט טראגט מיט זיך אן ענליכן פאראדאקסאלן כאראקטער. עס פאר’חושכ’ט צניעות און מאראל, אבער דווקא מיט אזא מין דורכאויסיגער ליכטיגקייט וואס ווארפט אום מחיצות און באלייכט אלץ און אלעמען. דער אינטערנעט, ווי עס שיינט, וועט אויך צווינגען דעם מענטש צו קוקן זיך אין שפיגל און קלאר מאכן, פאר זיך אליין, וואס ער איז באמת; וואס זענען זיינע אמת’ן און ווערטן. עס וועט שאקלען מיט דער מענטשהייט אזוי לאנג, ביז דער בירור-ברירה וועט קלאר באשטימען פאר יעדן מענטש וואוהין ער באלאנגט, אהער אדער אהין.