ביי אן אסיפה וואס איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן אין שטוב פון דעם סקולענער רבין אין בארא-פארק, האט זיך אויפגעשטעלט רעדן נחמיה גאטליב, דער פירער פון דער איצטיגער חסידישער באוועגונג קעגן דעם אינטערנעט. גאטליב איז נישט קיין רבנישער פערזענליכקייט, אויך קומט ער נישט פון קיין רבנישער משפחה. ער איז א זון פון הרב דוד גאטליב, א בעל-תשובה, און פון די באקאנטע פערזענליכקייטן אין דער „קירוב‟-באוועגונג.
א יאר צוריק האט נחמיה גאטליב אונטערגענומען צו אראנזשירן א מאסן-צוזאמענקום פאר חרדישע אידן פון ניו-יארק און ניו-דזשוירזי צו הערן די „דעת תורה‟ וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם שרעקליכן „פראבלעם‟ וואס דער אינטערנעט שטעלט פאר. ווי עס איז שוין ברייט באריכטעט געווארן אין יענער צייט אין דער אידישער און אין דער אלגעמיינער פרעסע, זענען זיך דאן צוזאמענגעקומען ארום 50,000 מענער אין די „סיטיפיעלד‟ און „ארטור אש‟ סטאדיומס, און עס זענען געהערט געווארן א רייע רעדעס פון באקאנטע חרדישע רבנים, אריינגערעכנט א רעדע פון דעם גרויסן פוסק הלכה הרב שמואל וואזנער, וואס איז עלעקטראניש טראנסמיטירט געווארן פון ישראל. וואזנער האט שטרענג געאסרט זיך צו באנוצן מיטן אינטערנעט אויב עס איז נישט פאר דעם צוועק פון פרנסה.
א יאר איז שוין דורך זינט דער אסיפה, יעדע קהילה האט שוין אימפלעמענטירט אירע „תקנות‟ צו צווינגען אירע מיטגלידער צו באגרעניצן דעם אינטערנעט-באנוץ, און אט איז פאררופן געווארן א פרישע אסיפה אין שטוב פון דעם סקולענער רבין וואו רבנים פון די חסידישע קרייזן האבן זיך צוזאמענגענומען ווידעראמאל צו קלערן וויאזוי מ’קען באגרעניצן דעם אינטערנעט באנוץ ביי חסידישע אידן. דער פריערדערמאנטער גאטליב האט זיך אויפגעשטעלט רעדן און האט מסביר געווען דריי „פראבלעמען‟ וואס אינטערנעט ווידעאס שטעלן פאר.
צווישן אנדערע האט ער פארגעשטעלט דעם „פראבלעם‟, אז חתנים און כלות האבן לעצטנס אנגעהויבן ארויפשטעלן ווידעאס פון זייער חתונה אויף דעם „יו-טוב‟ וועבזייטל, און דאס ווערט געקוקט אפילו דורך פרומע אידן. וואס איז דער פראבלעם פון קוקן א ווידעא פון א חתונה פון חסידישע אידן? גאטליב האט ערקלערט, אז מ’קען זען דעם חתן, די כלה, און אלע קענען מיטהאלטן ווי דער חתן טאנצט דעם „מצוה טאנץ‟ מיט דער כלה. עס איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר א נישט-חרדישן מענטש וואספארא פראבלעם עס קען זיין — אפילו פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט — מיטן קוקן אויף א ווידעא פון א צניעותדיגער חתונה, אבער אזויפיל איז שוין באקאנט אז חרדים, און הויפטזעכליך חסידים, זענען זייער סענסיטיוו צו פרויען, און דרוקן אפילו נישט קיין בילדער פון פרויען אין זייערע אויסגאבעס. איז אלזא נישט אזא חידוש, אז עס זאל ארן אז מ’זעט פרויען.
וואס עס האט מיך בעיקר שאקירט פון גאטליבס רעדע איז געווען דער אויסדרוק וואס ער האט גענוצט אויף צו אילוסטרירן דעם פראבלעם פון די חתונה-ווידעאס. די גמרא דערציילט אין מסכת כתובות (דף ג עמוד ב), אז עס פלעגט זיין א גזירה פון מיליטערישע פירער, אויב יעדעס מיידל וואס האט חתונה געהאט, האט צו ערשט געדארפט האבן תשמיש מיט דעם פירער פארן זיך פאראייניגן מיט איר חתן. דאס ווערט גערופן „תיבעל להגמון תחילה‟.
אין זיין רעדע האט גאטליב פארגליכן דאס קוקן ווידעאס פון חתונות פון חסידישע פארפעלקער ווי „תיבעל להגמון תחילה‟, אין אנדערע ווערטער, דאס אז פרעמדע מענער זעען די כלה אויף דער ווידעא איז ווי זיי וואלטן געהאט מיט איר אינטימישע באציאונגען! אין מיינע אויגן איז דאס געווען אן אומווילנדע אנערקענונג אויף וויאזוי דער מוח פון אזא „עסקן‟ ארבעט. ער האט מיט די ווערטער ערקלערט פארוואס געווענליכע מענטשן זעען נישט דעם פראבלעם פון זען א ווידעא פון א חסידישער חתונה, און ער יא. פאר אים איז עס נישט קיין חתונה, נישט קיין חתן און נישט קיין כלה. דער וואס קוקט אויף דער ווידעא האלט נישט מיט א געשעעניש וואס האט זיך אפגעשפילט און איז בשמחה מיט דעם פארפאלק. אין זיינע אויגן זעט מען די כלה, און אין מחשבה האט מען מיט איר אינטימע באציאונגען.
איך וואונדער מיך צי דאס איז א תוצאה פון א חינוך וואס אביעקטיפיצירט א פרוי צו בלויז א חפץ וואס איז גוט פאר תשמיש, אדער אן איינצלנעם געדאנקענגאנג פון אן אומגעזונטן מוח. וויאזוי עס זאל נאר זיין, איז אט דער געדאנקענגאנג דאס וואס טרייבט דעם פירער פון דער אנטי-אינטערנעט באוועגונג, און בלויז אזא איינער קען זען דעם „חורבן‟ אין א טעכנאלאגיע וואס האט געמאכט די וועלט נאך פיל מער וואונדערליך און באצויבענד. דער פראבלעם איז נאר אז ער איז דער וואס פיטערט די רבנים מיט אינפארמאציע, און אזוי קומט ארויס א פייערדיגע מלחמה קעגן דעם אינטערנעט.
עס זענען פאראן גענוג פרומע אידן וועלכע וואלטן מיטגעארבעט מיט רבנישע באגרעניצונגען. אבער אויף דעם דארף מען זיין איבערצייגט אין דער ריכטיגקייט פון דער באגרעניצונג. אינטערנעט ווערט ווייטער גענוצט דורך צענדליגער טויזנטער חרדישע אידן ווייל זיי זענען נישט איבערצייגט אז עס זאל זיין אזא פראבלעם ווי די רבנים מאכן עס. חרדים נוצן דעם אינטערנעט אפילו פאר צוועקן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט פרנסה, ווייל זיי זעען נישט דעם פראבלעם. ווידעאס פון חרדישע געשעענישן ווערן געזען דורך צענדליגער טויזנטער מענטשן, לכאורה מערסטנס פון זיי חרדישע אידן. טויזנטער חסידישע אידן פארברענגען אויף פארשידענע בלאגס און פארומס — אלעס נישט פאר פרנסה.
אז רבנים ווערן געפירט דורך א מענטש וואס זעט א כלה, מיינט ביי אים האבן מיט איר אינטימישע באציאונגען, ווערט זייער מעסעדזש צום ציבור אזוי עקסטרעם, אז מ’קען זיך דערמיט נישט אידענטיפיצירן. אפשר, אז זיי וועלן פרובירן צו זיין פראקטיש, אליין זיך באקענען מיט דעם אינטערנעט און פארשטיין וויאזוי מ’קען עס אקאמאדירן אין א חרדישן לעבנסשטייגער, וועלן זיי האבן מער הצלחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.