רעדנדיג וועגן פראגעס ארום אידיש קומען אין געדאנק די אידישע תשובות. ‘הלמאי איר פרעגט? וואס ווייס איך? נישט געטראפן וועמען צו פרעגן?’ אזוי איז עס דער איד, אן איפכא-מסתברא’ניק, אז מ’זאגט אים שלום עליכם, מוז ער ענטפערן עליכם שלום… און אז דער איד רעדט שוין, “רעדט זיך אים גרינגער אז מ’דרייט צו מיט א פינגער, ווייל אידיש האט ליב אז מ’רעדט צו מיט די הענט…” זינגט זיך אין א ליד. נאר וואס דען? אנדערש קען מען דאך קיין סברא נישט אוועקשטעלן, נאר אז מ’דענקט אינעם וואכעדיגן געשפרעך דעם גמרא’שן פלפול. אזא איז ער דער איד; דער טעם זקנים גיט אים דעם מענטשליכן חן, פארקנייטשט ער דעם שטערן מעשה חכם און ענטפערט ווי א פילאזאף “וואס ווייס איך?”, אפנים מ’זאל קלערן אז רענע דעקארט רעדט פון אים ארויס. און איבער אלעמען פארגעסט ער נישט שלום עליכמ’ס צוואה צו לאכן צו יעדער צייט, וויבאלד דאקטוירים הייסן לאכן. אט אזא איז דאס געפיל צום איד וואס באקומט זיך אין די שורות פונעם אידישן פאלקסמענטש.
די ליבשאפט צום “ר’ איד’ל” איז אן אינטעגראלער טייל פון דעם אידישן פאלקלאר. די לידער שטרייכן דאס אונטער, די ווערטלעך שטיצן זיך אויף אזא אומארויסגעזאגטער ליבשאפט, און צום מערסטנס טוט דאס די קלאסיש-אידישע ליטעראטור אויף א דירעקטן אופן. די לעצטע טוט אפט גארנישט אנדערש ווי אויסמאלן און פאראייביגן די אידישע ‘געטועכץ’, כמו שהוא, ווי עס שטייט און גייט, ווען דער חן פון אידישן הומאר שטארט ארויס פון די שורות. פארשטייט זיך, אז אן דער הקדמה פון אן אומאפהענגיגער איינדייטיגער ליבשאפט צו אידישער פאלקסטימליכקייט, וואלט אזא פאלקלאר קיינמאל נישט צושטאנד געקומען. דאס איז אייגנטליך דער יסוד פון יעדער פאלקלאר, די ליבשאפט פונעם פאלק צו דער אייגענער נשמה.
ובכן וואונדערט מיך אויף בן-זומא’ס אפזאגן זיך פון אט דעם אלעמען. “’אידיש’ איז געזונט ווי א בער”, טענה’ט בן-זומא, “און נויטיגט זיך נישט אין דעם וואס ׳יידיש׳ קען אים צושטעלן”. טייערער חבר, ווילט זיך מיר אים פרעגן, וואס אזוינס איז דאס “יידיש”? בסך-הכל גייט די רייד פון אונזער אייגענעם פאלקלאר. וועמען געהערט דאס אויב נישט אונז, די לעבעדיגע ממשיכים פון דער אידישער שפראך? וואס איז דען אז מיר האבן אן אייגענעם היינטיגן לעבנסשטייגער? (גראדע זייער אן ענליכער, אין אן א שיעור אספעקטן, צו דעם וואס איז געשילדערט אין שלום עליכם). זענען מיר דערפאר נישט קיין המשך פון דעם אידישן פאר-מלחמה’דיגן לעבן, ווי ס’האט זיך אויסגעדרוקט אין דעם דעמאלטיגן פאלקלאר? זעען מיר דען נישט אין די אידישע ווערטלעך, לידער, עסייען און געשיכטעס אן אפשפיגלונג פון אונזערע ווארצלען?
בן-זומא טענה’ט אז דאס געהערט נאר “דעם אמאל” און איז ממילא מער נישט רעלעוואנט “דעם היינטיגן אידיש”. צי זאל דאס הייסן אז בן-זומא זעט אין א שפראך נישט מער ווי א היינט און א יעצט? אפגעריסן פון סיי וועלכע שרשים? איז דאס נישט אן עקסטרעמער מאטעריאליסטישער קוק אויף א שפראך? אזא קוק פאסט נאר, במחילה, פאר אזעלכע וואס זענען נישט מקפיד אויף אידישער גראמאטיק. בן-זומא פארשטייט אבער אז דאס טאר נישט זיין.
זיין אפשאצונג איבער דעם “אידישן” קוק אויף פאלקס-אוצרות איז זייער א ריכטיגע, נאר די קריטיק וואלט נישט געדארפט געצילט ווערן קעגן דעם “יידישיזם”, נאר אנדערש קעגן דעם “אידישן” לאגער. איז עס דען נאר א פראבלעם בנוגע די אוצרות פון דער אידישער שפראך, וואס דער “אידיש”-לאגער האט צו דעם ווייניג אינטערעסע? דער פראבלעם פון נישט האבן קיין אינטערעס אין פאלקס-אוצרות דערקענט זיך אין יעדן געביט פון אונזערע ירושות. די העברעאישע שפראך, גראמאטיק און אלטערטימליכע ווערק, אפילו דאס סאמע הייליגע ווי דער תנ”ך, האבן דעם זעלבן כבוד פארדינט צו בלייבן אין אונזערע אויגן ווי “טויטע מאשינען”. אפגערעדט שוין פון דעם אז די פרוכטן פון דער ספרדישער גאלדערנער תקופה האבן ניט א מקום אין די ספרים געשעפטן. איז עס טאקע צוליב דעם וואס זיי געהערן דעם “אמאל”? מיר זענען, הייסט דאס, פארוואנדלט געווארן אין אן עקסטרעם מאטעריאליסטישער געזעלשאפט וואס קימערט זיך גארנישט מיט די אייגענע ירושות, און זעט אין אלעס און אלעמען נישט מער ווי א פראקטישער יעצט און היינט?
“שפראך איז דער טויער צו קולטור”, זאגט א שפריכווארט. ס’איז ריכטיג אז דאס ווארט “לשון” באדייט צונג, אבער דאס זעלבע ווארט “לשון” ווערט גענוצט אויף העברעאיש אויך אנצודייטן נאציאנאלע וועזנס [אתה בחרתנו מכל הלשונות]. ווען א פאלק איז געזונט און איז פרוכפערדיג קומען פון אים ארויס לידער, מאלערייען, שרייבווערק, פאלקס-מעשה’ס, וויגלידער, א.א.וו. די שפראך, ווי א קאמוניקאציע-מיטל, איז אין דער זעלבער צייט אן אויסדרוק פון דער נאציאנאלער נשמה. אויב א שפראך באזיצט נישט די כאראקטעריסטישע קולטור-שטריכן, הייסט דאס אז ס’פעלט איר די נשמה.
און דערפאר, ווען מיר באטראכטן די אידיש-יידישע פראגע, איז בכלל נישט ריכטיג צו אסאציאירן “יידיש” מיט קאלעזש, חורבן און ‘אמאל’, האלטנדיג דעם “אידיש” פאר’ן לעבעדיגן היינט. דאס איז נישט דער וועג ווי די צוויי דארפן באטראכט ווערן. ריכטיגער וואלט געווען צו זאגן אז “אידיש” איז א גוף אן א נשמה, בעת וואס “יידיש” איז א שוועבנדע נשמה אן א מאטעריעלן גוף. קען זיין אז דאס „אידיש‟ איז געזונט ווי א בער, דאס איז ריכטיג, אבער צום ווייטאג נישט ווי א געזונטער מענטש.
צו אסאציאירן “יידיש” מיט “יידישיזם” איז א טעות, פונקט ווי אסאציאירן “העברעאיש” מיט “העבראיזם” וואלט געווען א גרויסער טעות. אז דער רד”ק האט זיך באשעפטיגט מיט דער העברעאישער גראמאטיק האט ער דערפאר ליב געהאט “העברעאיש”, נאר איז קיין העברעאיסט נאכנישט געווען. און דאס זעלבע קען געזאגט ווערן וועגן אבן גבירול, ר’ יהודה הלוי, אדער סיי וועלכע פון די וואס האבן געגעבן דעם העברעאיש אזא שיינעם גלאנץ אין יענע צייטן.
דער “איזם” סופיקס קומט צו נאר דעמאלט ווען די באשעפטיגונג ארום דער שפראך ווערט פארהייליגט אלץ א ציל פאר זיך. די אידישע קלאסיקער אליין וואס האבן דאס אידישע לעבן אזוי פאלקסטימליך באשריבן, זענען קיין יידישיסטן נישט געווען. שלום-עליכם האט זיך נישט באשעפטיגט אין יידישיזם, פונקט ווי אליהו בחור, זיין ווייטער פארגייער, איז נישט געווען קיין יידישיסט ביים אפשרייבן א וואונדערווערק אויף דער אידישער שפראך. די אוצרות פון דער שפראך ווערן געשאפן דורך פאלקס-מענטשן, אזעלכע וואס קלערן גארנישט וועגן באטיטלען זיך מיט סיי וואס אן “איזם”. דארפן מיר דערפאר אונטערשיידן צווישן “אידיש” — דער סקעלעט פון אונזער שפראך, “יידיש” — די נשמה פון דער שפראך, און “יידישיזם” — די אקאדעמישע פראפעסיע ארום דער נשמה פון דער שפראך.
אין יעצטיגער צייט ווען די אידיש-רעדנדע האבן פארלאזט דעם אייגענעם פאלקלאר, אפגערעדט שוין פון דעם וואס מ’שאפט מער נישט קיין נייעם פאלקלאר, דאס הייסט, אז די שפראך האט אויפגעהערט ארויסגעבן פאלקס-מענטשן, איז ממילא קיין מקום פאר אונזערע אוצרות נישט פארבליבן אין דער לעבעדיגער וועלט, ווייטאגליך גענוג. דער “יידישיזם” האט אויף זיך גענומען בסך הכל צו פרעזערווירן עס אין א לאבאראטאריע [נישט אין א מוזעאום, אויך נישט אין א שפיטאל] עד [אם] יבוא יומו.
צווישן “אידיש” און “יידיש” דארף אין תוך קיין נפקא-מינה נישט זיין, אויסער א דיפערענץ אינעם אויסלייג. ס’איז נאר וואס “יידיש”, אלץ א רעפרעזענטאטקע פון דעם אידיש-יידישן פאלקלאר, איז שטעקן געבליבן אינמיטן וועג, ווארטנדיג אז די וואס האבן איר געברענגט אויף דער וועלט זאלן ווייטער „פורמען‟ איר קייט. נישט איר איז צו באשולדיגן וואס זי ווערט נישט „פארהיינטיגט‟, נאר אונז איז צו באשולדיגן אויף דעם. מיר האבן געלאזט די פארמעט מיט די ליידיגע שורות, און נישט נאר וואס מיר ווילן די מגילה ווייטער נישט שרייבן, נאר אפילו דאס אלטע ווילן מיר נישט אנקוקן. דאך, אפגעזען פון דעם וואס מיר באשליסן צו טון טארן מיר דאס איינע נישט פארגעסן: די מגילה וואס די “יידישיסטן” האלטן און פאכען קעגן אונזערע אויגן, דאס געהערט אונז. אויב זאלן מיר צוריק געווינען די נאטירליכקייט וואס יעדע שפראך האט, וועלן מיר אויטאמאטיש ארויפווארפן זיך מיט טרערן אויף דער איבערגעהאקטער מגילה, און מיר וועלן בסך-הכל נעמען זיך ווייטער שרייבן אירע שורות.
צי דארף געשען א נס אז דאס זאל פאסירן? נישט בהכרח. אליין קען איך אידן, כאטש וואס זיי זענען אין א חסידישער סביבה דערצויגן געווארן, קוים הערן זיי די סלאוויש-אידישע תנועות אין מוזיק, באגלייט אין דעם אזוי בא’חנ’טן לשון פון פאר-מלחמה’דיגע מזרח-אייראפעאישע אידן, דאכט זיך זיי אויס ווי זיי ווערן אט דערטרונקען פון נחת. אנדערש ווי זאלן מיר דערקלערן די פאפולאריטעט וואס יום-טוב ערליך באזיצט אין דער היימישער סביבה? אט דער “אמאל” וואס בן-זומא איז מספיד, און שטעלט אים אריין אין מוזעאום, איז למעשה דער תוך פון אונזערע ווארצלען. פון דער מזרח-וואנט וועט די ישועה נישט קומען, און ווי לייזער בורקא האט גוט געזאגט — אויך נישט פון די וואס זענען אנטלאפן פון שול. פון די וואס זענען פארכאפט אינמיטן, מחמת געפיל צו דער טראדיציע פון איין זייט, וואס וואקלט זיך אבער קעגן אן אינערליכן רוף פון דער נשמה צו דעפינירן די טראדיציע בעסער, פון אט די קען מען עפעס ערווארטן.
מוכרח איז קיין זאך נישט, און אויב דאס וועט נישט פאסירן וועט דער שאדן זיין אונזער אייגנס. דער שאדן וועט זיין זייער א גרויסער. א שאדן אינעם מאסשטאב פון א נאציאנאלן פארלוסט. נאר אויב די נשמה איז נישט אינגאנצן פארגליווערט איז דא אויף וואס צו האפן. מיר מוזן נאך אלעמען האבן אמונה, כאטש א טראפעלע, אינעם פינטעלע איד…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.