Yiddish with an Aleph

חרדיש־אידישער „בירגער זשורנאליזם”

Ultra-Orthodox Citizen Journalism

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share

די טעכנאלאגיש-מאדערנע וועלט האט געבוירן א סך חידושים. איינער אזא חידוש איז דער פענאמען פון “בירגער זשורנאליזם”. אנדערש ווי ביז דער אינטערנעט-תקופה, ווען די נייעס איז דערציילט געווארן דורך פראפעסיאנאלע צייטונגסלייט, ווערן געשעענישן צעשפרייט דורך פשוט’ע מענטשן. די מידיא-וועלט אליין טראגט זיך ביסלעכווייז איבער צום אינטערנעט. אבער אין דער ווירטואלער וועלט, זענען פאראן די סאציאל-מידיא נעצן, וואו קיינער איז נישט קיין מיוחס, און וואו דער הויפט-רעדנער ווערט באשטימט דורכ’ן פשוט’ן פאלק.

ס’איז נישט בלויז נייעס-געשעענישן. אמאל, האט די אזויגערופענע “מעינסטרים” מידיא דיקטירט דעם טאן, מיט וועלכן די לעצטע געשעענישן זאלן געהערט און דערציילט ווערן. זשורנאליסטן זענען געווען די, וואס האבן אפגעמאכט וועגן דער וויכטיגקייט פון א געשעעניש. ביי זיי אין דער האנט איז געלעגן דער גורל פון א נייעס.

היינט איז אנדערש. יעדער האט א מיקראפאון; יעדער קען רעדן. דער איינציגער תנאי איז, אז דער עולם זאל וועלן לייענען און הערן. קוואליפיקאציעס און רעדאקטארס האבן ווייניג-וואס קאנטראל אויף וואספארא אופֿן און וויאזוי א שטיקל אינפארמאציע זאל אריבערגיין צו דער עפנטליכקייט.

איך ווייס אבער נישט צי ס’איז פאראן נאך א סעקטאר איבער דער וועלט (אין דער מערב-וועלט, יעדנפאלס), וואו דער חידוש מיט דעם בירגער-זשורנאליזם איז אזוי ווילד-חידוש’דיג, ווי אין אונזער, דער חרדישער, אידיש-רעדנדער וועלט. אז מען קוקט “אנליין”, אויף די בלאגס, פארומס, און שמועס-צימערן, זעט מען אז דער עולם רעדט פון גאר אנדערע טעמעס ווי די וואס מען געפינט לייענענדיג אונזערע צייטונגען. די טעמעס וואס פאראינטערעסירט דעם עולם זענען אזוי אנדערש, ווי די מיט וועלכע די צייטונגען געבן זיך אפ, אז עס קען זיך דוכטן אז דאס זענען גאר צוויי גאר אנדערערליי מענטשן.

נאך א חידוש – אפשר נאך א גרעסערער ווי דעם פריערדיגן – שטעקט אין דער קוואליטעט פונעם געשריבענעם מאטעריאל. בשעת די צייטונגען זענען אפטמאל געשריבן אויף זייער א נידעריגן ניווא, פול מיט עם-הארצות וואס שייך עלעמענטארער גראמאטיק, זאצן-אויסלייג, און ווערטער-באניץ, שטויסט מען זיך אנליין אן אין היפשן טאלאנט. פאראן דארט שרייבערס און געשריבנס אויף א ניווא, קעגן וועלכע די צייטונגען קומען ארויס ווי קינדישע פאטשקערייען.

פאראן צוויי אויסנאמען. די זשורנאלן “מעלות” און “דער שטערן” זענען מקפיד אויף גראמאטיק, און האבן גענוג דרך ארץ פאר זייערע לייענערס וואס שייך תוכן און טעמעס. “דער שטערן” האט טאקע שוין געהאט אויסצושטיין א צאל אטאקעס מצד ווילדע מענטשן. “מעלות”, ווידער, גיט זיך אפ מיט פשוט’ע פראקטישע פראבלעמען אינעם דורכשניטליכן טאג פונעם דורכשניטליכן מענטש. “מעלות” פארמאגט צווישן די שורות גענוג “סעקולאריזם” (בעיקר פון דער מאדערנער פסיכאלאגיע), אז אויב די ראדיקאלן וואלטן פארשטאנען וואס דארט שטייט, וואלטן זיי שוין לאנג פאררופן פראטעסטן און געווארפן פאשקעווילן קעגן דעם זשורנאל. (די צייטונגען זעלבסט זענען אויך נישט אלע פון זעלבן טייג געקנאטן. עס זענען פאראן בעסערע און ערגערע. גוט זענען זיי אבער קיינער נישט; און די שלעכטע זענען אזוי שלעכט, אז ס’איז ממש א בושה אז יענע פארקויפן מער ווי צען קאפיס.)

די צייטונגען לעבן אין א וועלט וואס איז שוין לאנג נישטא. אמאל זענען די היימישע צייטונגען געווען די, וואס האבן געברענגט די נייעס. זיי האבן אויך גערעדט וועגן טעמעס וואס האט דעמאלט אינטערעסירט דעם עולם. היינט האבן זיך ביידע, די אומשטענדן און דער עולם, געטוישט. זיי, די צייטונגען, גייען אבער אן ווי גלייך נישט זיי מיינט דער פסוק. מען רעדט ווייטער וועגן טעמעס וואס זענען אפשר אמאל נוגע געווען. די אייגנטליכע זאכן וואס שטערן און פאראינטערעסירן זייערע לייענערס, ווערן ניטאמאל, אדער כמעט ווי נישט, בארירט.

עס קען זיין, אז די צוויי זאכן האבן צווישן זיך א פארבינדונג. שרייבן איז געווענליך נישט קיין פארדינסטפולער פאך. ס’איז איינער פון די “ביליגערע” טאלאנטן. כדי א קוואליפיצירטער מענטש זאל זיך נעמען צום שרייבן, פאדערט זיך א ברענענדער אינטערעס, א חשק, א טיפע מאטיוואציע וואס זאל אים קאמפענסירן פאר דעם באשיידענעם געהאלט וואס ער וועט ווארשיינליך באקומען. שרייבן פאר דער חרדישער פרעסע איז אבער זייער נודנע. די טעמעס זענען נישט רעלעוואנטע. אויב איז עפעס לייטיש אפגעשריבן, זענען די שאנסן אז דאס זאל אויפגענומען ווערן ווי “גוי’איש” אדער “משכיל’יש” גאנץ הויך. דערפאר וועלן דאס רוב (מיט ווייניג אויסנאמען, הגם אזעלכע זענען פאראן) קוואליפיצירטע שרייבערס נישט אויסקלייבן שרייבן ווי א פרנסה. דער געברויך אויסצוגעבן די טאלאנטן ווערט שיין צוגעשטעלט אויפ’ן אינטערנעט.

בלייבן מיר, ובכן, מיט אן אינטעליגענטן עולם, וואס לייענט געשמאק אויף ענגליש איבער דעם וואס אינטערעסירט זיי יא, און שרייבט דערנאך אויף א גאנץ-לייטישן, און נישט זעלטן, א גאר שיינעם, אידיש, וואס איר וועט זעלטן-ווען, אויב בכלל, אויב אמאל, זען אין אונזערע צייטונגען.