די ביימער זענען זיך צעוואקסן אין אויסגעשפרייטע בלעטער אויף יעדער זייט. די קנאספן האבן אנגעהויבן אויספיקעווען די ערשטע סימנים פון ווידער-געבוירן, און דער ריח פון עקאליפטוס האט זיך צעגאסן אויפ’ן ארום. די וואלקן האבן פריי געמאכט דעם וועג פאר די זון-שטראלן דורכצוהאקן די שיכטן פון דער אטמאספער דירעקט אינעם מענטשליכן יישוב, און די זונענבלומען האבן געקוקט דער זון אין פנים ווי א קליין קינד קוקט ארויף צו דער מאמען בעת’ן זייגן. די וועלט האט ווי געזונגען, און די דופטן פון בלומען האבן געענטפערט אויף איר רוף.
נישט ווייט פונעם בוים איז געשטאנען א בריקל איבערגעצויגן איבער א טייכל. דאס וואסער איז געפלאסן אונטערן בריק אין א פסח-פרילינג’דיגער רואיגקייט. אויסגעפעלט האט נאר דאס קליינע מיידעלע מיט די צעפ, וואס זאל איבערשפאנען דעם בריק מיט א קוישעלע אין דער האנט, ברומענדיג א מיידליש-קינדיש לידל. דאס קרייען פון א פרעשל האט צוגעפירט די אויגן צו אינזלען פון גראז אין סאמע מיטן פון טייך, אויף וועלכע דאס פרעשל האט ארומגעשפרונגען. וואלט דאס מיידעלע מיט’ן קוישעלע טאקע דארט געווען וואלט זי מסתמא צוריקגעשפרונגען אין שרעק, ערזעצנדיג די רויטקייט אין די רונדיגע בעקעלעך מיט א צייטווייליגער בלאסקייט.
צווישן די קריצן אין דער זאמדיגער ערד איז זיך געקראכן א משפחה פון מורישקעס, איינע נאך דער אנדערער אין א גלייכער שורה. זייער צייט פון פרייהייט איז געקומען און ווי פיל אנדערע באשעפענישן האבן זיי מקבל פנים געווען דעם פרילינג מיט’ן צעעפענען זיך און ארויסלאזן זיך אין דער גרויסער וועלט, אין די ברייטע און ענדלאזע געביטן פון נאטור. אפנים די צייט וואס אידן זענען פון שקלאפן-לאנד באפרייט געווארן און זיך אריינגעווארפן די נאקעטקייט פון נאטור אין די ארמען, לאזנדיג זיך וואנדערן אין זאמדיגע מדברות וואו די תשוקה צו דער שאפונג האט דערגרייכט דעם קלימאקס — ביי טייל אין מתן-תורה, ביי אנדערע אפשר אינעם פארעם פונעם קעלבל.
די מחנה מורישקעס האבן זיך געהאט זייער פירער און נאך א לענגערן וואנדערן האבן זיי דערלאנגט צו דער צוגעזאגטער ערד, א פארבויט לאנד מיט א גרויסן הויז איבער דעם. געווען איז דאס פונקט א אידיש הויז אין אן ערב פסח פארמיטאג. דער הו-הא אינדערפרי איז געווען נישט קיין קליינער, איבער דעם איז דאך איבריג צו רעדן, נאר יעצט, נאכ’ן פארברענען דעם חמץ, האט עס שוין אנגענומען א רואיגערן כאראקטער. דאס וויכטיגסטע איז אבער וואס דאס מורישקאנע רעגימענטעלע האט באוויזן אויסצומיידן דעם טומל און דירעקט אריינכאפן זיך אהין אין צימער, דארט וואו ס’איז שוין קיין חמץ נישט געווען א וואך אנדערטהאלבן. די מורישקעס איז אין קיין גרויסן חמץ נישט געגאנגען, דער עיקר נאר וואס א קליין, גאנץ קליין זופ-מאנדעלע איז געבליבן זיך וואלגערן צווישן די קריצן פון די באלאטעס. דער פירער זייערער האט דאס דורך די אנטענעס דערשמעקט פונדערווייטנס און האט זיין מחנה צוגעזאגט גליקן אויב זיי וועלן אים העלפן עס דערווישן.
געכאפט און דערווישט האט זיך ערשט אנגעהויבן די ארבעט. דער פירער האט גענומען איינטיילן אויפגאבעס און פון אלע זייטן האט מען זיך גענומען אונטערהייבן דאס שווערע מאנדל. די קליינע פיסקעלעך האבן זיך געלאזט וואוילגיין אינמיטן דער ארבעט לקיים מה שנאמר “לא תחסום שור בדישו”, און די ברעקעלעך האבן געהאנגען צווישן די ציין. איינעם האט זיך דער רוקן געבראכן, דעם אנדערן א פוס, נאר מיט דער כאראקטעריסטישער מורישקאנער פלייס האט קיינער נישט געוואגט זיך אויסצושליסן פון דער מחנה. אלעס האט געארבעט אינאיינעם ביז מ’האט ענדליך דערזען דאס מאנדעלע אין דער לופט, הויך הויך איבער דער ערד.
אינדרויסן האט די זון געקנאקט, די בלומען האבן געדאוונט און די ביימער געזאגט שירה, און אינעווייניג אין שטוב האבן די מורישקעס געמוטשעט זיך מיט דער משא. נישט אז דאס איז ביי זיי נייעס, נאר דעם קלענסטן פון די מורישקעס האט דאך אין א מינוט געבענקט ארויסצולויפן א פרייער אין דער גרויסער וועלט, אונטער די אנגענעמע פרילינג ווינטן, איבערקריכן טויערן און בריקן, דורך וועלכע ס’גייען דורך קליינטשיגע מיידעלעך מיט רונדיגע בעקן, לאנגע צעפ און געפלאכטענע קוישעלעך…
נישט ווייט פון הויז איז געוואקסן קאמאמילן בלעטלעך. איז פארוואס זיך מוטשען איבער קליינע זופ-מאנדלען אין טומלדיגן ערב-פסח’דיגן הויז, ווען אינדרויסן וואקסן קאמאמילן? פארוואס שלעפן פעק און זעק ווי א גנב, ווען ס’בלאזן די ווינטן און שאקלען די צווייגלעך פון די קאמאמילן אהין און צוריק אין א זשעסט פון דער נאטור? אט זעט נאר די בינען, זיי לאזן זיך לאנג נישט בעטן און לאנדען גלייך אהין צו מיט דעם זשומען פון זייערע פראפעלער. אז די ווינט טרייסלט דעם קאמאמיל וועלן זיי זיך מיטשאקלען, און אז די זון הייצט וועלן זיי די שטראלן אין זיך איינזאפן. נאר איך בין נישט אויסן אין דעם מורישקאנעם קאפ אריינצוקריכן. זיי האבן געשלעפט, געהאקט און ווייטער געשלעפט.
דאס זופ-מאנדעלע האט זיך גערוקט אלץ מער פאראויס, טריט נאך טריט. ס’האט שוין פארלאזט דאס פינסטערע קעמערל וואו ס’האט פריער גערוט במנוחה און ס’האט זיך דערזען פאר דעם פארבלענדענדן שיין פון דער זון. די מורישקעס האבן איינע נאך איינע געפינטלט מיט די אויגן (אזוי איז אנצונעמען יעדנפאלס), און שטאלצע דורכמארשירט דעם דערנעבנדן צימערל אויפ’ן וועג ארויס.
ס’איז אומקלאר וויאזוי און גענוי דאס האט זיך אנגעהויבן, און די מורישקעס אליין האבן זיכער נאך ווייניגער געוואוסט, נאר מיטאמאל איז אין שטוב ענטשטאנען אזא מהומה וואס איז שווער אויפ’ן פאפיר אויסצושטעלן. צווישן א קוויטשעריי און קולות פון פארשידענע מינים, פופציג פראצענט פרויען-קוויטש, די אנדערע פופציג צעבראכענע גלאז און דיקע מענער שטימעס, האט אפגעדונערט דאס ווארט “חמץ” א מאל און נאכאמאל, און אינמיטן דעם אלעמען האבן זיך בעזעמעס גענומען פליען פון אלע זייטן און די מורישקעס האט אנגענומען אזא פחד ווי ס’האט אנגענומען די מרגלים ווען זיי האבן זיך דערזען פאר די גרויסע ענקים, אחימן ששי און תלמי. זיי האבן גענומען לויפן פאר’ן לעבן און די מחנה האט זיך צעשפליטערט אויף אלע זייטן. ס’האט נעבעך קיינעם נישט געהאלפן און דער בעזעם האט געקנאקט און געקנאקט, א טראך נאך א טראך, ביז פון דער מחנה איז נעבעך פארבליבן קוים א פאר פליטים, וועלכע האבן פארכאפט אויסצומיידן די מאנסטערישע בעזעמעס.
דערלאנגענדיג צוריק צו דער פרייער לופט, נאך אינעם שנעל-קלאפנדן הארץ, האט איין מורישקע געשושקעט צו דער אנדערער, “חבר מיינס, מיר זענען גליקליך וואס מיר לעבן. ס’איז נישט גוט צו זיין א מורישקע”. “ריכטיג”, האט דער חבר געענטפערט קוקנדיג אויף צוריק, “ס’איז נישט גוט צו זיין א מורישקע, נאר ווי איך פארשטיי איז צו זיין א זופ-מאנדל נאך פיל ערגער…”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.