ר’ ירחמיאל איז געזעסן פאר דער גרויסער גמרא, לאזנדיג די ברוינע בארד פאלן איבערן בלאט. די ברילן האבן צייטנווייז געלאנדעט אויף דער נאז, און האבן זיך צוריקגערוקט אויפ’ן פלאץ נאר נאכדעם וואס די גמרא איז פארמאכט געווארן. ס’הייסט פארמאכט? ר’ ירחמיאל פארמאכט נישט די גמרא, נאר אזוי צו זאגן איבערדעקט עס מיט אן אפענעם שולחן ערוך, וועלכן א פארמאכטער רמב”ם, מיט א קנייטש אין איינעם פון די בלעטער, באשיצט עס פון אויבן. דער רמב”ם וואלט לעולם אויך געבליבן אפן מיט א טאשנטיכל אויף דעם, נאר אמאל מאכט זיך אז דאס טאשנטיכל איז נישט צו דער האנט, אפשר פארנוצט און ס’וואשט זיך איבער אינעם וואש-מאשין, בלייבט נאר צו פארמאכן עס מיטן דערמאנטן קנייטש.
לעולם וואלט ר’ ירחמיאל גאר נישט איבערגעלאזט די גמרא בכלל, נאר היות א מענטש איז דאך נאר א מענטש, מוז ער עסן, מוז ער שלאפן, פארשטייט איר דאך אז מ’מוז אמאל איבערלאזן די גמרא. ר’ ירחמיאל רוקט דאן, ווי געזאגט, צוריק די ברילן, ער בייגט זיך איבער דער גמרא און גיט איר א מאמעשן קוש. דאס קאפל וועלכע האט פריער פארדעקט א האלבן שטערן ווערט אויך צוריקגעשטעלט אויפ’ן געווענליכן פלאץ. דער פיר-און-צוואנציגער טלית קטן וואס הענגט איבער די זייטן דערמאנט אים דא דארט פון דעם נעכטיגן נאכטמאל. מילא, דאס ווייב וועט עס שוין אמאל אויסוואשן, נאר דערווייל האט ער נישט קיין אנדער טלית-קטן, און וואס איז עס דען אז ס’בלייבט אזוי א טאג צוויי? די גמרא איז זיין לעבן. אין דעם קען מען נישט צווייפלען.
געזען האט ער גראד פריער א דעה פון עפעס א היינטיגן פוסק וואס וויל זאגן אז “לא נתקטנו השיעורים”. א כזית איז גארנישט מער ווי אן איילבירט, א כביצה ווי אן אייעלע, א.ד.ג. לויט דעם וואלט אים דער פיר-און-צוואנציגער טלית-קטן נישט אויסגעפעלט, נאר אים שטערט נישט צו זיין ארומגענומען מיט ציצית איבער אלע רמ”ח איברים. וואס איז דען? זענען נישט אונזערע זיידעס געגאנגען אין אזעלכע טלית-קטן’ס? האבן זיי עפעס געהאט פונקטליך זייער מאס צו יעדער צייט? נישט נאר די ציצית, נאר דאס קאפל, דאס רעקל און דער קאפעליטש, אלעס האט געלאזט זיך אביסל איבערגיסן אויף די פלייצעס. ווער האט דען געהאט געלט צו קויפן זיך תמיד נייע בגדים צו יענער צייט? געלער זענען יענע טלית-קטן’ס זיכער געווען, און מער נאכטמאלס האבן זיך זיכער אנגעזען אויף זייערע סחורה’ס. מילא, ווער דארף עולם הזה ווען די גמרא בלעטער אליין געבן דעם מענטש א שטיק עולם הבא?
נאר אפילו ווען, לאמיר שוין זאגן אז מ’רעדט פון שיעורים אין אלגעמיין, וועט דען ר’ ירחמיאל זיך פארלאזן אויף יענעם רב’ל, יענעם מאדערנעם פוסק וואס האט באשטימט אז “לא נתקטנו השיעורים”? ווער זענען זיי די היינטיגע פוסקים? אויף וואס בויען זיי? ארכעאלאגן האבן געטראפן בעכערס פון מתושלח’ס צייטן וועלכע האבן נישט דעם שיעור חזון-איש? לולבים פון תרח’ס צייטן קלענער נאך פון ר’ חיים נאה? וואס? זיי האבן געטראפן… ווער זענען זיי? ווער גלייבט זיי בכלל? ווער האט זיי דערציילט דעם סוד ווי אלט דער בעכער איז? דער זעלבער וואס האט זיי דערציילט ווי אלט די וועלט איז? דער זעלבער וואס האט זיי דערציילט א מעשה מיט גרינע קאנגערוס און רויטע דינאזאורן? חוץ מזה, ווער זאגט אז דער באלעבאס פונעם בעכער איז געווען א תלמיד חכם? אפשר האט ער גאר געהערט צו די אמעראצים, און ווער ווייסט? אפשר א צדוקי געווען? מ’טרעפט דא, מ’טרעפט דארט. דאס איז אלעס נארישקייטן. מיר האבן די ספרים אונזערע, און נאר דורך זיי אליין קענען מיר דערקראצן זיך צו סיי וואס א הלכה’דיגע מסקנות. די ארכעאלאגן וועלן אונז נישט פארקויפן זייערע מעשה’ס און וויי די פוסקים וואס גייען ווי בלינדע קעלבלעך נאך די אזויגערופענע פארשער, די חכמי האומות. פוסקים זענען זיי? שמאלע קעפ. קליינע מוחות. דאס אלעס.
צו ר’ ירחמיאל’ן קומט מען צומאל פרעגן שאלות, כאטש וואס זיין נאמען ערשיינט נישט צווישן די בלויע בלעטלעך אינעם טעלעפאן בוך. קיין אפיציעלער דיין איז ער נישט און ער געהערט נישט צו א באשטימטן קרעמל, נאר א איד א תלמיד חכם איז ער, הוראה האט ער אויך, דערצו נעמט ער אויף די פרעגערס זייער שיין, קומען מענטשן און פרעגן. און אז מ’פרעגט, האט ר’ ירחמיאל ליב צו ענטפערן. ער פאקט איין די בארד אין מויל, עפנט דעם רמב”ם, דעם שולחן ערוך, רוקט אראפ די ברילן אויף דער נאז, מאכט מיט די הענט כל מיני תנועות בעת ער ארבעט אויס די הלכה. צום סוף נעמט ר’ ירחמיאל אינגאנצן אראפ די ברילן, הייבט אויף דאס פנים צום שואל און זאגט אפ די הלכה אין א פעסטן טאן, ווען נאר די פארפלאנטערטע הארלעך פון ר’ ירחמיאל’ס בארד וועלכע טאנצן ארויף און אראפ דערציילן אז דאס מויל באוועגט זיך. אנדערש וואלט זיך געדאכט ווי דאס קול קומט ארויס דירעקט פון דער בארד.
ר’ ירחמיאל’ן ערגערן זייער די שאלות וואס קומען אויף היינט צוטאגס. אידן זוכן היתרים אויף כל ערליי זאכן. מ’וויל איבערבייסן אום תענית אסתר, זיך ארומוואשן אין די ניין טעג, און הערן די אזויגערופענע ספירה-קאסעטלעך דעמאלט ווען מ’טאר קיין מוזיק נישט הערן. ווי האט מען דאס אמאל געהערט אזעלכע זאכן? קען מען שוין קיין ניין טעג אין יאר נישט טרויערן אויפ’ן חורבן? מילא דאס אלעס איז נאך א כפרה. היינט אבער איז צו אים געקומען א משונה’דיגע שאלה, וואס די האר פון קאפ קענען זיך איינעם אויפשטעלן. ביי ר’ ירחמיאל’ן איז עס די האר פון דער בארד.
“הרב פעפקאוויטש”, זאגט אים יאסל דער גראסערי-מאן, “איך בין היינט געזעסן ביי’ן א דאקטאר אין ווארטצימער, האט דארט געארבעט די ראדיא, האבן זיי עפעס גערעדט דארט וועגן דעם ביבל. זיי האבן גערעדט וועגן דעם נביא שמואל, וועגן קעניג דוד, און נאך אזעלכע זאכן”. יאסל האט איינגעאטעמט און דערנאך פארגעזעצט מיטן אויפגעהויבענעם פשט’ל פינגער, “למעשה האב איך געקלערט ביי זיך אז די פסוקים זענען דאך ווערטער פון תנ”ך, איז מיין שאלה צי מ’קען אפשר יוצא זיין מיט דעם “ובלכתך בדרך”? דאס הייסט, ווען איך זאל אנצינדן ביי מיר אין אויטא יענעם ראדיא למשל…”
ר’ ירחמיאל’ן איז די גאל אויפגעקומען. אזוי ממש אראפ פון זינען? ער האט יענעם אפגעגאסן מיט א גלאז קאלט וואסער פארשטייט זיך, נאר ביי זיך אליין האט ער דאס נישט געקענט פארדייען. א מין שאלה? אפילו אן אמת’ער ספר תורה, אויב האט דאס אן אפיקורוס געשריבן מוז מען עס פארברענען, היינט ווי קומט מען פרעגן אזא מין זאך צי מ’איז יוצא ביים הערן די טמאים פלוידערן די נארישקייטן זייערע? זאל גאט באהיטן פון אזעלכע שענדליכע מחשבות. אזא וועלט אין וואס מיר לעבן. איין גרויסער בלבול…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.