צוויי חדשים צו דער חתונה פון בעריש, האט ער פארטשעמעוועט א שמועס מיטן טאטן איבער דער אנקומענדער פייערונג. “ביי מיין חתונה,” האט בעריש געזאגט, “וואלט איך געוואלט אז די מוזיק זאל אפשפילן א שטיקל פון טשאיקאווסקי’ס א באלעט (באלעי).”
“וואס?” האט דער טאטע, א חסידישער איד מיט א קליינעם צוויי-שפיציגן גרויען בערדל, נישט פארשטאנען.
“שוואנען-טייך פון טשאיקאווסקי,” האט דער בחור געענטפערט. “א באלעט, טאטע, דאס איז זייער א לאנג ליד, אייגנטליך א טאנץ וואס ציט זיך אויף פילע לידער, א קלאסישע סימפאניע געשריבן לויט סצענעס אין א דראמע. דאס גאנצע איז זייער לאנג אודאי, נאר כאטש א טייל דערפון וואלט איך געוואלט…”
“וואס?” האט דער טאטע איבערגעהאקט, קוקנדיג בערישן אין פנים ווי עמיצער וואס איז נישט ביים זינען “א ליד וועגן א דראמע? א גוישע מוזיק?”
“טאטע!” האט בעריש ווייטער גערעדט, “טשאיקאווסקי איז געווען א גאון אין מוזיק און ער האט אנגעשריבן וואונדערליכע סימפאניעס, דערונטער עטליכע באלעט-ווערק… יעדעס איינע פון זיינע ווערק איז אן אוצר, אן אוצר פון גאלד. וואס שייך באלעט איז ער דער קעניג. קוים הייבן די פידלען אן צו שפילן און די נשמה שוועבט דיר ווייט ווייט. די טרומפייטערן גיבן עלעגאנץ דארט וואו ס’וויל פארשטעלן א מלכות’דיגן טאן, בעת די פידלען שפילן אפ דאס וויינען פונעם פארכישופטן שוואן, די טרערן פון די העלדן, און זיי געבן דיר מיט דער בלויזער מוזיק איבער דעם גענויען געפיל פון דער דראמע אן דעם וואס דאס זאל בכלל ארויסגעזאגט ווערן אין ווערטער.”
“איך הער. איך זע דאך שוין. ווייטער מיט דיינע שיגעונען. פארשטיי נאר בערל אז קיין גוישע מוזיק וועט ביי אונזערס א חתונה נישט אריינקומען. נישטא וועגן וואס צו רעדן. מיר טוט וויי אז דיך ציען בכלל אזעלכע פרעמדע תנועות. א איד דארף גוישע מוזיק אויסשפייען און בכלל נישט געבן עס אויפמערקזאמקייט.”
“דאס איז נישט קיין גוישע…” האט בעריש פרובירט.
“וואס הייסט? איז א איד געווען דער מחבר? א פרומער זיכער נישט.”
“ער איז נישט געווען קיין איד,” האט בעריש געענטפערט, “אבער ס’שטעקט א אידישקייט אין זיינע לידער. איך זאג דיר טאטע, פארנעם דאס שטיקל אין דער סצענע וואו די שוואנען פליען ארום דעם טייך, דער טרויער וואס קומט פון דער מענטשן-טאכטער וואס איז פארשלאסן אינעם שוואן. ס’איז נאר באשטימט ביי מיר אז א הארץ פון שטיין קען צערינען. מיר דאכט אז דאס איז חסד שבמלכות.”
“הבלים! חסד לאומים חטאת. קיין ריינע מוזיק קען פון א גויש הארץ נישט ארויסקומען. פון מוחות וואס ווערן געשטאפט מיט בשר סוסים וחמורים, שקצים ורמשים פון יעדן מין, קען קיין ווארעם געפיל נישט ארויסוואקסן.” די אויגן פונעם טאטן האבן געקוקט צו בערישן מיט זארג, פאטערליכע ווארעמקייט און רחמנות. “ווען דו האלטסט אין בויען א אידישע שטוב וועל איך אזעלכע מוזיק נישט אריינברענגען, פאר דיין טובה בעריש.”
בעריש’ס אויגן האבן זיך פארגלייזט. ער האט געזוכט וויאזוי ממשיך צו זיין דעם שמועס.
“איך מיין אז ס’איז א טעות,” האט ער ענדליך שטיל געזאגט.
“וואס איז א טעות?”
בעריש האט מורא געהאט צו ענטפערן. זיין טאטע איז אים זייער ליב געווען און ער האט פרובירט אפצושאצן זיין סענסיטיוויטעט צו אזעלכע טעמעס. ער האט געמאסטן זיינע ווערטער, צילנדיג דעם בליק צו א געוויסן פונקט אויפ’ן דאך:
“איך מיין אז צו טראכטן אזוי איז נישט גוט. מיר פארלירן פון דעם. אז מיר שטויסן אפ יעדע שיינע אנטוויקלונג פונדרויסן, בלייבן מיר מיט גארנישט. נישטא ביי אונז קיין רעכטע מוזיק, ווי ס’איז נישטא קיין מאלעריי, נישטא קיין רעכטע ליטעראטור ווי ס’איז נישטא קיין באוואוסטזיניגקייט בכלל צו מענטשליכער קונסט.”
דער טאטע האט איינגעצויגן די ברעמען ווען בעריש האט ווייטער פרובירט:
“פארשטיי טאטע, ווען מיר הערן ‘אדע צו פרייד’ פון בעטהאווען, ‘ליבעסטראום’ פון פראנץ ליסט, ‘דער שקלאפן-מארש’ פון טשאיקאווסקי, אדער כאטש איינע פון זיינע באלעט-ווערק, לייטערט עס די טיפענישן פון גערן און אנטוויקלט די אחדות פון מענטש און בריאה. אזוי, און נאר אזוי, קענען מיר ווירקליך מאכן די ברכה ‘שככה לו בעולמו’. די וועלט איז אנדערש אינגאנצן אין א וועלט וואו אזעלכע מוזיקאנטן האבן געלעבט. אין א וועלט וואו זייער ארבעט ווערט דורכגעפירט אין קונסט-זאלן, אין א וועלט וואו דער גייסט פון זייערע נשמות רוען אין די הערצער פון מענטשן, איז א געטליכע וועלט דורכאויס.”
דער טאטע האט פארקרומט די ליפן, האלב צעמישט האלב אין רחמנות, ווען בעריש האט ווייטער געהאלטן זיין דרשה:
“ווען א פידל וויינט, שפיגלט עס אינעם קעמערל ‘מסתרים’ וואו גאט אליין וויינט. מיר ווייסן נישט וואס גאט איז און מיר קענען אים נאר פון אט די מענטשליכע ווייכקייטן וואס שיינען ארויס פון נאטור. ווען טשאיקאווסקי שפילט, דאן קומען מלאכים פון הימל צופליען, גלייך ווי די שוואנען איבערן טייך, און זיי אליין פורעמען אויס דעם טרויער איבער דער טראגישער סצענע. זיי אליין ווארטן מיט האפענונג אויף א גוטער ענדע, נאר ווארפן זיך ווי אין טייך אריין ווען ס’שטעלט זיך ארויס דער טראגישער סוף…”
“פון וואו נעמסטו די הבלים?” האט דער טאטע זיך אויפגעפרעגט הערנדיג די לעצטע ווערטער.
“דו פארשטייסט דאך,” האט בעריש זיך פארענטפערט, “דאס איז נאר אזא משל.”
“און דער נמשל”, האט דער טאטע צוגעענדיגט, “איז צו באטראכטן זיך ווי אלע גוישע ענינים זענען סם צום איד’ס וועזן.” אויף א מינוט איז שטיל געבליבן ביז דער ענדגילטיגער זאץ איז געקומען ווי דערווארטעט: “און ווי איך האב שוין געזאגט, וועט קיין גוישע מוזיק ביי דער חתונה נישט זיין. נישט שמעקאווסקי און נישט שפאקאווסקי.”
בעריש איז זיך אוועק אין זיין צימער און דער טאטע צו זיינעם. טרערן זענען געשטאנען אין די אויגן פון טאטן און זון, ווען קיינער פילט נישט דעם צווייטנ’ס צער. דאס קול פון אן אקורדיאן האט זיך ארויסגעהערט פון בעריש’ס צימער, וואו א קאמפאקטל האט אויסגעקריצט לידער אין ריטם פון א טאנגא, בעת דער טאטע האט א טריבער אויסגעקלאפט מיט די פינגער א חסידישן בים באם באם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.