געווענליך ווען מיר רעדן פון שמחה, מיינען מיר דערמיט דעם אקט שבו: דאס זיין פרייליך, אויפגעהייטערט. מיר ניצן דאס ווארט ווי א ווערב, א טאט-ווארט, א שם פועל. מיר זענען בשמחה.
עס זענען פאראן געלעגנהייטן וואס רופן ביי מענטשן ארויס שמחה. א חתונה אדער א ברית זענען צוויי ביישפילן. די משפחה פרייט זיך לכבוד דער געשעעניש. זיי זענען פריידיגע צייטן, וואס רופן ביי די באטייליגערס ארויס שמחה. דער וואס מאכט די חתונה, גיט פאר עולם טיילנעמערס גוט צועסן און טרינקען, וואס הייטערט ווייטער אויף די געמיטער. ווען די פריידיגע שטימונג וואקסט, קומט זי צום אויסדרוק מיט א ניגון, וואס עולם אנוועזנדע נעמט זיך זינגען. די שמחה קען ארויפגעטראגן ווערן אויף נאך העכערע שטאפלען, ביז דער עולם זאל זיך ארויסלאזן אין א פרייליכן טאנץ.
דאס איז געווען דעמאלט, ווען געמאכט האט מען בריתן און חתונות, און געווען איז מען בשמחה. היינט איז שוין אנדערש. אין אונזער תקופה פראוועט מען “שמחות”, נישט קיין ספעציפישע געשעענישן. מען מאכט א “שמחה”; די שמחה-געלעגנהייט איז אמאל א חתונה, אמאל עפעס אנדערש.
דאס ווארט “שמחה”, הייסט עס, איז פון א שם פועל פארוואנדלט געווארן אין א שם דבר, א זאך-ווארט. אמאל איז מען געווען בשמחה; היינט פראוועט מען שמחות.
אבער עפעס טראגיש איז געשען מיטן טויש אין שמחה’ס גראמאטישער פאזיציע. מיטן זיך אריבערציען צו דער שם-דבר אפטיילונג שבגראמאטיק, האט שמחה פארלוירן איר אריגינעלן באדייט. שמחה איז פון פרייד פארוואנדלט געווארן אין א טערמין וואס באצייכנט עפעס א פארמאליטעט.
ווען א חתונה איז געווען א חתונה, זענען מענטשן געווען בשמחה. איינמאל “חתונה” האט אפגעטראטן דעם אויבנאן צו “שמחה”, האט דאס גאנצע עסק פארלוירן דעם טעם. פון לויזער לעבעדיגקייט, זענען שמחה-געשעענישן געווארן טרוקן-פארמעלע צערעמאניעס, אין וועלכע אלעס קלאפט ווי א זייגער, אבער אינעווייניג אין די הערצער איז הויל און נודנע. ביי א חתונה פלעגט מען טאנצן; ביי א שמחה שפאצירט מען ווי אין הינערפלעט. דאס שפאצירן ווערט מיטאמאל געטאן צום טאקט פון דער מוזיק, וואס געוואלדעוועט ביי היינטיגע שמחות מיט קולות וואס קומען ווי איבערשרייען די מאנאטאנע שטימונג וואס הערשט אינעם שמחה-זאל.
איך וויל פארשלאגן אז אנשטאט שמחות, זאלן מיר אנהייבן פראווען חתונות, צוריק ווי אמאל. א חתונה איז בכלל נישט קאמפליצירט. זי פאדערט נישט קיין געלט-שפענדעריי און לוקסוס. א חתונה דארף א פלאץ, וואו עולם באטייליגערס זאל זיך קענען באקוועם אוועקזעצן און איבערבייסן אויף עפעס לייכט און געשמאק. (איך, כשלעצמי, פארגין זיך א לייטישן אייערשפייז סענדוויטש, מיט געדינסטן צוויבל, טאמאטאס, און קליינטשיגע שטיקלעך זויערפיקל. דאס איז אויב די חתונה ווערט געפראוועט אין די מיטאג/נאכמיטאג שעהן. אויב איז עס אין אוונט, גיט מיר, ביטע, א שארף-באווירצטן שווארמא, מיט א מארינירטן סאלאט מיט טוירקי ראול צו דער זייט.) שטעלט צו גוטן וויין און שארפע משקאות. בשעתן עסן זאל שפילן עפעס לייכטע אינסטרומענטאלע מוזיק, (איר קענט איינשטעקן דעם אייפּאד, אדער צוטשעפען א סי-די שפילער צום הויכהילכער.) אבער למען השם, נישט צו הויך. די מוזיק גיט צו א געשמאק, אבער נאר ווען זי הערט זיך אין הינטערגרונט.
ווען דער עולם ענדיגט אפ עסן, צעריקט די טישן און בענק; טוישט די מוזיק אויף עפעס ווילדער דיסקאו אדער עלעקטראניקע, און די באטייליגערס, איצט שוין אביסל בגלופין, זאלן זיך נעמען האפקען אויף וואס די וועלט שטייט. אן עצה טובה נאר, די ניגונים זאלן זיין טראציאנעל-חסידישע, נאר דער טאקט זאל זיין עפעס ניימאדיש. (פרעגט ליפא שמעלצערן ווי מען מאכט דאס.) אזוי וועט יעדער זיין צופרידן; אלע וועלן טאנצן אינאיינעם. א זייטיגער בענעפיט פון דעם סיסטעם: אנשטאט איינטיילן דאס טאנצן אין צוויי באזונדערע חלקים פאר די צווייערליי משתתפים — שפאציר-טאנץ און פיס-דרייענדן “האָראַ” — וועלן אלע קענען טאנצן די גאנצע צייט.
דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר דער געווענליך-דורכשניטליכער חתונה. אויב רעדט זיך עס פון א פארמעגליכן מענטש, וואס וויל אונטערהאלטן עולם-געסט און איז וויליג צו שפענדן דערויף אן אפותיקי, קען יענער איינארדענען די חתונה אויף, לאמיר זאגן, א שיף. קלייבט אויס אן ערב-חגא טאג, אזוי אז דער עולם זאל קענען רואיג פארברענגען אין דער נאכט אריין. סערווירט דיקע שטיקער בשר-בהמה; ברענגט עטליכע אונטערהאלטערס — פּעסטער רבי איז פיין — אנשטאט גראם-שטראם בדחנים. מאכט זיכער אז יעדער אויף דער שיף איז בגלופין. דער מוזיק-סיסטעם קען זיין די זעלבע ווי ביי א געווענליך-דורכשניטליכער חתונה. דער עיקר נאר אז אלע זאלן טאנצן און שפרינגען ביזן ווייסן טאג אריין.
די עקזיסטירנדע שמחה-זאלן וועלן לויט דעם פלאן אראפגעווארפן ווערן, און אויף זייער פלאץ וועלן געבויט ווערן דירות — פשוטע און באטעמטע, מיט שמאלע הויפט-אריינגענג, דורך וועלכע “באָגאַבּו” קערידזשעס זאלן נישט קענען דורכפארן.
אזוי וועלן מיר זיין פרייליך, לעבן רואיגער, און פראווען חתונות געזונטערהייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.