Yiddish with an Aleph

וואָס איז «אידיש מיט אן ׳א׳»?

The editor of this Hasidic blog explains what to expect from it

  • Print
  • Share Share

אין לויף פון דער 115-יעריגער היסטאריע פון דעם «פארווערטס» איז די צייטונג פאריבער פארשידענע גלגולים. אין דער צייט וואס פאר זיבעציג יאר צוריק איז דער «פארווערטס» געווען דער פאן-טרעגער פון דער אמעריקאניזירטער סעקולערער אידישקייט, איז ער היינט א נאציאנאלע אידישע צייטונג, געווידמעט כלל-ישראל אין אלע זיינע קרייזן און דענאמינאציעס, און דינט ווי א וועכנטליכער קורת-רוח אויף צו לייענען איבער אידישער קולטור און דער אידישער שפראך. 

ווי די עלטסטע אידיש-שפראכיגע צייטונג אין דער וועלט, איז נישט מער ווי רעכט אז דער «פארווערטס» זאל קביעותדיג אנערקענען די גרעסטע אידיש-רעדנדע קהילה אויף דער וועלט: די חסידישע קרייזן. די חסידישע געמיינדע איז א גרויסע און א וויברירנדע, און געניסט פון א שטארקן יערליכן וואוקס, בליע״ה. אז מען ספק׳ט זיך איבער דער צוקונפט פון דער אידישער שפראך, וועט א רייזע קיין וויליאמסבורג אדער בארא-פארק אנטשיידן די ספיקות. אין דער דאזיגער קהילה איז פאראן א ברייט-אנטוויקלטע קולטור, כסדרדיגע געשעענישן, און אזוי אויך וואריאציעס פון אידעען און שיטות. דער אלגעמיינער קולטור-צונויפשטויס צווישן קאנסערוואטיווע און ליבעראלע, פונדאמענטאליסטן און משכילים, היפט נישט איבער די פארמאכטע געטא פון די חסידים, טראץ דעם מאנאליטישן אימאזש וואס עס גיבן מחנות און מחנות פון שווארץ-באקליידעטע.

דער «פארווערטס», ווי אן אומאפהענגיקע נאציאנאלע אידישע צייטונג, ווערט געלייענט דורך פילצאליגע חסידים, וועלכע ווילן טרעפן ארטיקלען איבער קולטור, אידיש, און אביעקטיווע באטראכטונגען אויף די געשעענישן, וועלכע שפילן זיך אפ אין דער אידישער וועלט. דער «פארווערטס» מאכט זיי באקאנט מיט די הויפט אידישע שפילער אויף דער וועלטס ארענע, די גרויסע אמאליגע און היינטיגע אידישע שרייבער, אזעלכע וועלכע ווערן בכלל נישט אדער ווייניג דערמאנט אין די ענגע געאגראפישע און מעטאפארישע גרענעצן וואו חסידים האלטן זיך געווענלעך אויף.

דער «פארווערטס» איז אבער דאך נישט קיין צייטונג וואס ווערט ארויסגעגעבן ספעציפיש דורך און פאר חסידים. דער ייִוו״א אויסלייג פארשווערט דאס לייענען, און פרעמדע «ייִדישיסטישע» אויסדרוקן מאכן צומאל אומבאקוועם חסידישע לייענער, וועלכע טענהן — מיט רעכט — אז ווי אידיש-רעדנדע קומט זיי צו קענען פארשטיין יעדעס ווארט אין דער צייטונג. «עס איז נישט גענוג ׳היימיש׳,» באקלאגן זיי זיך. וועלטלעכע אידן, וועלכע לייענען דעם «פארווערטס» ווילן אויך וויסן מער איבער דעם לעבן ביים גרעסטן אידיש-רעדנדיגן קרייז, און ווילן זיך בעסער באקענען מיט די דארטיגע געשעענישן, און דער מהלך-המחשבה פון חסידישע אידן.

עס איז אונז דעריבער א שמחה פארצושטעלן דעם ערשטן נומער פון «אידיש מיט אן אלף», א צוויי-וואכיגע אינטערנעץ-אפטיילונג פון «פארווערטס», וואס איז אפגעגעבן די אידישע שרייבער פון חסידישן קרייז צו שרייבן איבער זייער לעבן און איבער דעם חסידיש לעבן בכלליות. די ארטיקלען ווערן געשריבן ספעציעל פארן «פארווערטס» און דערשיינען אריגינעל מיט דעם חסידישן «אידישן» אויסלייג — נישט איבערגעארבעט אויף «ייִדיש».

«אידיש» וועט געבן די געלעגנהייט צו שרייבן אינטימע שילדערונגען איבער דעם חסידישן לעבן, אביעקטיוו און מיט א ברייטן בליק אויף דער וועלט. עס וועט אויך געבן א געלעגנהייט פאר די וועלטלעכע לייענער פון דעם «פארווערטס» צו קענען מיטהאלטן פון דער נאנט די געשעענישן פון די חסידישע קרייזן, און ערשטהאנטיג לייענען די געדאנקען פון חסידישע אידן.

די רעדאקציע פון «אידיש» באשטייט פון דערפארענע זשורנאליסטן און שרייבער, וועלכע זענען נאנט באקאנט מיט דער חסידישער געמיינדע. «אידיש» קוקט אויך שטארק ארויס אויף די ביישטייערונגען פון ארטיקלען און געדאנקען פון סיי וועמען, וועלכע פאסן זיך אריין אין די טעמעס און מהלך פון אונזער פובליקאציע.

מיר האפן אז «אידיש» וועט דינען ווי א בריק צווישן אלע אידישע קרייזן, און וועט זיין א פלאטפארמע פאר דערנענטערונג, טאלעראנץ, און א כח פאר פאזיטיווע אנטוויקלונגען אינערהאלב און אויסערהאלב די חסידישע געזעלשאפט.

מיט דרך-ארץ,

די רעדאקציע