ס׳איז פאראן אן אוצר וואס דער חסידישער חינוך האט אונז געשאנקען און וואס מיר וועלן דערפאר מעגליך קיינמאל נישט קענען גענוג אפצאלן. דאס איז די אייגנארטיגע נשמה אונזערע. טראץ אונזער וואוינען אין ניו יארק, די הויפשטאט פון דער מאדערנער וועלט אין דער טעכנאלאגישער עפאכע, און טראץ אונזער צוזאמגעלאפענער סביבה פון אימיגראנטן מיט אירע פארשידענע השפעות, דאך האט זיך דעם חינוך איינגעגעבן אונז צו ערציען אין דער אידישער שפראך אין רעלאטיוו ווארעמע היימען, אין שטיבער וואו ס׳לויפן נישט די טעלעוויזיעס פיר-און-צוואנציג שעה דורכאנאנד, וואו די עלטערן זענען נישט פארפרוירן אין דער פאסיווקייט פון די טעכנאלאגישע מאשינען, אין שטיבער וואו ס׳שאקלען זיך מוטערליכע ליפן אין תפילות מיט תמימות, און ס׳אטעמט נאך די לופט פון דער אידישער נשמה.
אז מיר הערן דאס ווארט «אידיש» קומט אונז אין געדאנק דער רבי אין חדר (נישט בהכרח פון די גוטע זכרונות…), די מאמע ביי די ליכט, דער טאטע ביי קידוש, און נאך פיל ענליכע היימליכע מחשבות. דאס מאטעריאליסטישע לעבן אין דער ניו יארקער סביבה באדראט אפט די תמימות צו פארשוועמען, נאר ווען ס׳קומט אויס צו הערן אן אלט פאלקסליד אויף אידיש, דערוועקט זיך דאס געפיל גענוג שארף, טענהנדיג אז גענוי דאס איז געווען דער טעם פון דער מאמע׳ס מילך. אזוי גענוי זענען געווען די מאמע׳ס ברוסטן פארגלעט אין אידישער צערטליכקייט און אין אט די טענער האבן אירע גוטע אויגן זיך פארגלייזט ביי די שבתדיגע זמירות.
צי פילט עס יעדער אייניג? פילן אלע די אייגענע אוצרות ביז אין די שפעטערע יארן? ליידער האט אונזער חינוך דעם פונקט פארפעלט. דער חינוך קימערט זיך נישט מיטן אויפהאלטן די נשמה וואס עס ברענגט מיט זיך אין די קינדהייט יארן. ס׳איז אמת אז די לידער און די מעשה׳ס שפיגלען «עפעס» אפ, די טענער פון די זמירות רירן «ערגעץ» אן, די אויגן פון דער מאמען דינען אלץ זיסע זכרונות וואס פּאָרן זיך שיין מיט די ארומיגע קולטור-שטריכן (ווייניגסטנס ווי ס׳געדענקט זיך פון אלס קינד), נאר גענוי וואס ס׳איז דער «עפעס» און דער «ערגעץ» איז שווער צו דערגיין. איז עס א שפראך פון ליבע, אדער פון עקסטרעמען פאנאטיזם? איז עס א שפראך פון געפיל צו גאט, אדער פון חרמות און איסורים? איז אידיש אונזער «מאמע-לשון», אדער דאס לשון פון מאכערס, סקאנדאליסטן, פאליטיקאנטן און אינטריגאנטן? אט די פראגע איז אונז זייער שווער צו באשטימען ווען מיר וואקסן אויף.
ווי קומט דאס טאקע אז די שפראך קען ביי אונז אויפברענגען אזא סתירה? ווי קומט דאס צו אונז אזא קאנטראסט און אינערליכער קאנפליקט בנוגע אונזער טראדיציע און חינוך? אנגעהויבן מיט קינדישער צערטליכקייט גייט עס איבער אין בחורשער ווילדקייט צו פונדאמענטאליסטישער פארגליווערטקייט. און מיר שטייען צומאל און קוקן «הזאת נעמי»? איז דאס די זעלבע שפראך וואס מיר האבן געצויגן פון דער מאמע׳ס נאפלען? האבן די מחשבות אין אירע שבת-ליכט טרערן בכלל עפעס אן ענליכקייט צו די העסליכע פאשקעווילן און קול-קורא׳ס וואס הענגען לענגאויס די לעקטערזוילן אויף די אידישע גאסן? קענען אירע דינע פינגער פון וואו עס שטארן בלויע אדערלעך האבן צו טון מיט דער אידישקייט וואס יענע שטעלן אונז פאר? און דא שווימט אויף דער ספק צי דעם טאטנ׳ס ברייטע גוטהארציגקייט, זיין טיפע בענקשאפט צו דער אידישער תורה, האט בכלל אפגעשפיגלט דאס כלליתדיגע בילד און די ריכטונג וואוהין די געזעלשאפט שפאנט.
דא קומען מיר אפט צו דער מסקנא אז אפשר האט אמאל אידישקייט אנדערש ‹געטראכט׳ ווי היינט. די טאטע־מאמע האבן געזען א וועלט וואס מיר האבן שוין נישט פארכאפט צו קענען. זיי שפיגלען אפ דעם «עפעס» וואס קומט פון «ערגעץ», זייער נשמה איז אן אנדערע נשמה, אודאי נישט פון דעם זעלבן מין ווי די וואס מיר האבן שפעטער באקענט אויף דער חרדישער גאס, און אונז ווילט זיך זייער דערגיין וואס גענוי ס׳האט אונז אויסגעבריט אויף דער וועלט, און לויטן כלל פון דער גמרא אז א שטעקן פאלט אויפ׳ן ווארצל ווילט זיך אונז תמיד אהין צוריקלויפן. מיר זוכן און זוכן, א מעשה צו א מעשה, א ליד צו א ליד, און ווען מיר טרעפן עס שפרינגען מיר אויף און שווערן זיך ביי גאט אז אט דאס, און ממש דאס, געהערט אהין.
נישט אלעמאל באמערקט מען דאס. מ׳ווייסט אמאל נישט ווי אנצוטאפן די שורות, וויאזוי צו באשטימען זייער ערך, נאר ערגעץ טיף טיף אין דער נשמה זעטיגט עס א לאנגיעריגע זוכעניש. שטיל שטיל, אין דער פינסטערער נאכט, אין די שפעטע שעה׳ן, פארבויגן איבער געלע בלעטלעך פון אלטע אידישע ביכער, יעדעס איינע א ים פול מיט בענקשאפט. ס׳זינגען זיך לידער, ס׳שלינגען זיך ווערטער, און דאס הארץ וויינט אין פריידיגע טרערן און צעקושט זיך מיט די שרייבער פון «דארט» וואס האבן אזוי קונציג דערלאנגט זיך צו דער אידישער נשמה, צו דעם סוד פון די שבתדיגע זמירות אין רעכטן מאמע-לשון…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.