Yiddish with an Aleph

א שליח פאר לייען־מאטעריאל

A Carrier of Reading Material

פֿון בת צלפחד

  • Print
  • Share Share

עס איז געווען נאך א שווערן טאג אין שולע. איך האב געוואונען דעם לעצטן פארמעסט ווי עס איז פיל מאל געווען דער פאל, און די אומפארגינערישע בעל מקנא׳ס האבן דאס נישט אויסגעהאלטן. נאך א טאג רדיפות בין איך געקומען אהיים. שווערע קולות זענען פארגעגאנגען. מיין שוועסטער צירל האט געהאלטן אינמיטן א טאנטראם און ירוחם איז געווען פארנומען מיטן סעקירן זיין קליין ברודערל בערעלע. איך האב מיך פרובירט פֿארשפארן אין מיין צימער, אבער נאך א פאר מינוט האט צירל זיך גענומען האקן און בראקן אויפן שוואכן שלאס אז איך האב געמוזט עפענען. 

נאך א פאר שעה האט מען סערווירט נאכטמאל, און איך האב געשלינגען די «פילעכץ» איבער א געשוואלענעם האלז. נאך א ביסל קולות, נישט אנדערש ווי געווענליך, און איך האב מיך גערישט אריינצוגיין אין בעט פרי, וואו איך האב יעדע נאכט פארגאסן טייכן טרערן אין מיין אלטן קישן.

עס איז אדורך עטליכע שטונדן און פלוצים וועק איך מיך אויף. מיין טאטע רייסט אראפ די דאכענע, און שטייט איבער מיין קאפ. איך פרוביר צו שמייכלען, ווייל איך ווייס קיינמאל נישט וואס צו דערווארטן…

«טו דיך יעצט אן,» שרייט ער, «און לויף אריבער צו מאיר׳ס הויז אפנעמען נאך פאפירן.»

מאיר איז מיין טאטע׳ס ברודער. דער אפגעפארענער. דער נעבעך וואס האט ליידער פארלאזט אידישקייט ווייל ס׳איז אים נישט געגאנגען א שידוך ביי די דריי-און-צוואנציג. מיר ווייסן אז ער איז נישט צופרידן, פארשטייט זיך. מ׳קען דאך נישט זיין א צופרידענער מענטש אויב מ›איז נישט אן ערליכער איד. זייענדיג פריי, האט מאיר צוטריט צו א קאמפיוטער פון וואנען מען קען ארויסדרוקן לייען-מאטעריאל. דער פאטער איז געווען צו פויל זיך איינצוהאנדלען זיין אייגנס, און דערפאר האט ער געהאט אן עלטסטע טאכטער, אים צו באדינען אויף טריט און שריט.

מאיר האט געוואוינט אין די «פראדזשעקטס». די הויכע בנינים וואו די שרעקעדיגע פארטאריקאנער און שווארצע האבן זיך געקופקעט.

«איך האב מורא איצט צו גיין,» זאג איך, קוקנדיג אויפן זייגער וואס ווייזט קרוב צו חצות.

איך געדענק נישט פונקטליך ווי אלט איך בין געווען דעמאלס, אבער נישט מער ווי צוועלעף. און מאיר וואוינט גאנץ ווייט.

«טאמער גייסטו נישט איצט וועל איך דיך אנברעכן די ביינער, טענה דיך נישט!» און א טראסק פליט אויף מיין האנט.

איך שפרונג ארויס פון בעט, דאס איז נישט קיין וויץ. איך טו מיך אן מיין מאנטל איבער מיין נאכט-העמד (פיזשאמעס איז געווען מאדערן), און גיי לאז זיך ארויס אין דער פינסטערער גאס, בשעת א פראסטיגער ווינט בושעוועט אין דעם פופצן-גראד קעלט. צו נעמען א קאר איז אפילו נישט איינגעפאלן, ווייל פאר דעם וואלט איך אויך געכאפט ביטערע קלעפ. היתכן, ער באפעלט צו שפאצירן אויף די אייז און איך דערוואג זיך צו מאכן דאס לעבן גרינגער?

אזוי שלעפט זיך א טריט נאך א טריט. איך קום נענטער, און די גוים קוקן מיר אן מיט וואונדער. איינער גיבט א קוויטש און מיט א פאכעדיג הארץ פלי איך ארויף אלע פערצן שטאק און איך קלאפ אויף מאיר׳ס טיר. מאיר עפנט די טיר. איך הער א קאץ מיוקען. אה, ער איז נעבעך נישט נארמאל, ער׳ט זיך פארליבט אין קעץ. ווער האט אמאל געהערט אזוינס? פוי. און דער וועג וויאזוי ער קוקט אויס… רחמנא-ליצלן — א בלויזער אונטערהעמד. אין שטוב איז טונקל, אבער די שיין פון דעם קאמפיוטער און די טעלעוויזיע ווארפן מאדנע קאלירן. ווער ווייסט וואס ער זעט דארט אלץ…

מאיר גיבט מיר א פאר זעקלעך פאפיר, כל דבר-רע איז דערויף ארויפגעשריבן, אבער איך שפאן געשיקט צוריק אראפ די פערצן שטאקן, אוועק פון גויאישע שכנים, ביז איך דערזע מיך ווייט פון דעם בנין. און איך בין נייגעריג וואס די געלייענעכץ וואס ער שענקט מיין פאטער איז. איך וויל אריינקוקן, אבער איך דערוואג זיך נישט. עס שפירט ווי א באמבע וועט עקספלאדירן טאמער בליק איך דארט אויף דער טינט. אדער וועט מען זען מיינע פינגער אפדרוקן…

«וואס האט גענומען אזוי לאנג?!» הער איך א געשריי ווען איך דערזע זיך שוין ענדליך אינדערהיים.

אוי, ער איז נאך אלץ נישט צופרידן. אבער דאס מאל בין איך אפגעקומען מיט שרעק.

«גיי אריין אין בעט, איך צייל ביז צען.»

ביי «אכט» בין איך שוין געווען אין בעט. ביי «צען» בין איך שוין געווען אונטער דער דאכענע, וואו איך האב א צעמישטע און טרויעריגע געפרואווט פארגעסן דעם ווייטאג און צוריק איינשלאפן, נאר אן דערפאלג…