Yevgeny Kissin

תּפֿילה

A Prayer

פֿון יעווגעני קיסין

אויב מאַכסט שוין אַזוי, אַז אויף מײַן מאָדנעם לעבנסוועג קאָן איך
ניט אויסמײַדן כּלערליי קלעפּ, וואָס גאַנץ אומגעריכט שלאָגן, —
איז גיב זשע מיר, רבונו–של–עולם, דאַן כאָטשבי כּוח,
כּדי כ׳זאָל זיי גובֿר זײַן תּמיד און גרינג זיי פֿאַרטראָגן.
ניט ווירדיק איז דאָך פֿאַר אַ מאַנצביל אַ לײַכט לעבן בעטן.
נאָר אויב שוין נסיונות מיר שיקסט, וואָס פֿאַרשאַפֿן יסורים,
איז שיק מיר אויך חכמה, כ׳זאָל תּיכּף דעם ווייטיק פֿאַרגלעטן
און שפּאַנען אָן פּחד אַנטקעגן פּורעניות און שטורעם.
ס׳וואָלט סקוטשנע, מסתּמא, דאָס לעבן געווען אָן סורפּריזן.
נאָר אויב שאַפֿסט אַ סך אומדערוואַרטקייטן אומאײַנגענעמע,
איז שענק מיר המצאהדיקייט, איך זאָל שטענדיק גלײַך וויסן,
וואָס בעסער צו טאָן, און דעם תּוך פֿון זיי ריכטיק באַנעמען.
מיט אָט די דרײַ זאַכן באַזאָרג און באַוואָפֿן מיך זיכער —
דאַן אויסשטיין איך וועל, און ניט אָפּראַמען וועט מיך קיין וויכער. 


און אין דרױסן איז געפֿאַלן אַ שנײ

A Snow Falls Behind the Window

פֿון יעווגעני קיסין

דער רױך פֿונעם ציגאַרעט האָט אָנגעהױבן זיך צונױפֿמישן מיטן ריח פֿון די אינדישע אַראָמאַטישע שטעקעלעך. קײן אַשבעכערל איז אין שטוב ניט געװען, און דאָס אַש פֿונעם ציגאַרעט איז געפֿאַלן גלײַך אױפֿן דיל נאָך יעדן לײַכטן שטױס פֿון איר פֿינגער. יעדעס מאָל האָט זי טיף און פּאַמעלעך אַרײַנגעצױגן דעם רױך, אָנפֿילנדיק איר גאַנץ לײַב מיט דעם לײַכטן סם; אױב אַזױ, איז עס שױן געשען… מען דאַרף זיך אַנטשפּאַנען און זיך באַרויִקן. אין מוח האָבן געעגבערט דרײַ מחשבֿות: “סאַשע, געליבטער מײַנער…, װאָס גיכער צו קריגן דאָס געלט!” און “אָט בין איך טאַקע געװאָרן, געװאָרן אַ זונה… דערלעבט…”.

Read more


פֿרילינגדיקע שטורעמס

Spring Storms

פֿון יעווגעני קיסין

1

אַ פּלוצעמדיקער קלונג פֿון מאַרינעס מאָבילקע האָט דורכגעשניטן די מחיהדיקע און מזלדיקע שטילקײט. ליגנדיק נאָך אַלץ אױף סאַשעס ברוסט, האָט מאַרינע אױסגעשטרעקט איר רעכטע האַנט צום נאַכטטישל. דעם נומער אױפֿן עקראַן פֿונעם טעלעפֿאָן האָט זי ניט דערקענט.

— האַלאָ.

— סאַליוט! — האָט זיך דערהערט אַ פֿרײלעך און שיכּורלעך קול, — מ’קאָן זיך איצט אַרײַנכאַפּן צו דיר אױף אַ שעה?

Read more


אויף דער פֿרײַער לופֿט

Lure of the Outdoors

פֿון יעווגעני קיסין

נאַטאַשע, מאַרינעס חבֿרטע, איז וועניען געפֿעלן געוואָרן. אַ סימפּאַטישע בלאָנדינקע מיט אַ ליבלעכן שמייכל, חן־גריבעלעך אויף די באַקן און אַ גוטער פֿיגור, איז זי בפֿירוש געווען אינטעליגענטיש און געבילדעט, און האָט געהאַט אַ געפֿיל פֿון הומאָר. דערצו נאָך, איז זי געווען אַ היסטאָריקערין, און מיט געשיכטע האָט וועניע זיך תּמיד אינטערעסירט; דעריבער האָט ער געהאַט וועגן וואָס צו ריידן מיט איר. אויך אַ ביסל ייִדיש בלוט האָט זי געהאַט: איר באָבע פֿונעם טאַטנס צד איז געווען אַ ייִדישע, און נאַטאַשע האָט עס שטענדיק געדענקט, וואָס ס׳איז וועניען געווען צום האַרצן.

Read more


און דער קרײַז האָט זיך געשלאָסן...

And the Circle Closed

פֿון יעווגעני קיסין

1

נאַטאַשע האָט, אַװדאי, תּיכּף אָנגעקלונגען מאַרינען און האָט איר אַלץ דערצײלט. זײ האָבן זיך געטראָפֿן און געהאַט אַ לאַנגן שמועס. אַ פּאָר טעג שפּעטער האָט מאַרינע באַקומען דעם בריװ:

„טײַערע מאַרינע,

צום באַדױערן, האָט זיך בײַ אונדז מיט נאַטאַשען גאָרניט באַקומען, נאָר במילא אַ שײנעם דאַנק אײַך פֿאַר אײַער זאָרג. כ’האָף, אַז איר און אײַערע קרובֿים זײַנען געזונט און אַלץ איז גוט בײַ אײַך.

מיט האַרציקע װוּנטשן,

אײַער װעניע.‟

Read more


אין דער לײַבלעכער פֿרעמד

A Stranger in One‘s Own Skin

פֿון יעווגעני קיסין

Yehuda Blum

1.

— דײַן לערערין הייסט נינע ניקאָלאַיעוונאַ גאָלענקאָוואַ.

דער מאַמעס קול, פֿול מיט ליבע, האָט געקלונגען ערנסט און ווי גערופֿן צו אַחריות. שפּעטער האָבן אויך די באָבע־זיידע עטלעכע מאָל אַרויסגערעדט דעם נאָמען מיט גרויס דרך־ארץ. אָבער נאָר אין אַ סך יאָר אַרום איז סאַשע געווויר געוואָרן, אַז ווען די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער שולס לערנאָפּטייל האָט געהאַט אינפֿאָרמירט די מאַמע, בײַ וועמען איר זון וועט זיך לערנען פּיאַנע, האָט זי געהאַט צוגעגעבן: „זי איז אונדזער פֿירנדיקער פּעדאַגאָג. כ׳באַגריס אײַך!“.

Read more


בײַם לייענען „קהלת‟

Upon Reading Ecclesiastes

פֿון יעווגעני קיסין

סע ווייסט ניט פֿון רחמים קהלתעס וואָרט,
נאָר ערלעך איז עס און לגמרי גערעכט.
אי אמת, אי חכמה אַ גוזמא איז דאָרט.
אַלץ נישטיקייט איז: מאַכט, עשירות און קנעכט…
שוין אַלץ איז געווען דאָ, און גאָרנישט איז נײַ.
אַז קענטשאַפֿט מע מערט, מערט מען ווייטאָג און צער;
גייט תּמיד דער ווינט רונד אַרום פֿראַנק און פֿרײַ — 
און גלײַך איז דער חכם אין טויט מיט דעם נאַר.

Read more


די סימפֿעראָפּאָלסקי צווישנגאַס, 8

Simferopolsky Boulevard, 8

פֿון יעווגעני קיסין

א רויטער מויער פֿינפֿגאָרנדיקער. אין צוויי רייען דערנעבן
שטייען אַזעלכע נאָך נײַן. פֿאַר כרושטשאָוון מ׳האָט זיי אויסגעבויט.
האָב איך געלעבט דאָרט די ערשטע כּמעט פֿערצן יאָר פֿון מײַן לעבן —
און דווקא דאָרט האָב געוואָלט איך זאָל טרעפֿן מײַן טויט.
וווּ איך זאָל ניט געווען זײַן — פֿון דער שול, פֿון די ערשטע קאָנצערטן
אָדער פֿון געסט פֿלעג איך דעמאָלט זיך אומקערן תּמיד אַהין.
און די דערמאָנונגען וועגן דעם אָרט מיך דערוואַרעמען, צערטלען,
און כ׳ווייס, אַזוי וועט זײַן שטענדיק, כּל־זמן אויף דער וועלט דאָ איך בין.
לײַבלעכער הויף — וואָסער אָרט אויף דער וועלט קאָן זײַן טײַערער, ליבער
(חוץ, אפֿשר, ירושלים — נאָר ס׳איז עפּעס אַנדערש, אַוודאי)?
קוים וואָס כ׳דערמאָן זיך אין אים — און ווי עפּעס אַ זיסלעכער פֿיבער
קומט אין מײַן האַרצן און ברענגט פֿון געפֿילן אַ גאַנצע קאַסקאַדע.
יאָ, פֿאַר אַ פֿרעמדן זעט אויס דאָרט גאַנץ אומהיימלעך, מיאוס אַפֿילו,
אָבער פֿאַר מיר איז יענץ אָרט פֿול מיט היימישער שיינקייט און פּראַכט.
און איך האָב מורא דערזען, אַז מע וועט אים צעשטערן, חלילה,
דעם רויטן מויער, וווּ כ׳האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט…
ניין, גאָר ניט אַלץ, וואָס איך האָב דאָרט פֿאַרזוכט, איז צום נעמען אין מויל,
אין יענעם הויף פֿון מײַן קינדהייט מיט הוידעס און ביימער אַ סך.
האָב איך דאָרט איבערגעליטן פֿיל מאָל אַזאַ שׂינאת־ישׂראל,
אַז איך וועל עס מײַן גאַנץ לעבן געדענקען און זײַן אויף דער וואַך.
אין מײַן נשמה, כּל־זמן איך וועל אָטעמען, וועט זיך אַלץ ציִען
יענע דערמאָנונג, ווי פֿריילעכע ייִנגעלעך פֿון אונדזער געסקע
האָבן געפֿונען אַן אײַזערנעם שטעקל און לוסטיק געשריִען
האָבן צו מיר: „מירן מאַכן פֿון דיר אַ שאַשליק פּאָ־יעוורייסקי!‟.
און דאָך… נאָר ליבשאַפֿט בײַ מיר צו מײַן לײַבלעכן הויף איז געבליבן.
אַז איך דערמאָן זיך אין אים, ווערט מײַן האַרץ פֿול מיט בענקשאַפֿט און ליכט.
און ווען צום לעצטן מאָל בין איך געווען אינעם הויף מײַנעם ליבן,
אין זיך „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ דאָרט מיט פֿלאַטער געזונגען האָב איך.
קומט ער אָ מאָל אין חלומות צו מיר, בעת איך שלאָף אָדער דרימל…
און אויף דער וואָר טרוים איך אָפֿט, אַז כ׳בין אַלט, קום אַהין און דערזע
מײַן רויטן מויער, די הוידעס, די ביימער, דעם ליכטיקן הימל —
און כ׳גיי בשלום אַוועק פֿונעם עולם־הזה.


אין אָנדענק פֿון מײַע פּליסעצקאַיאַ

In Memory of Maya Plisetskaya

פֿון יעווגעני קיסין

Getty Images

מע זאָגט: איר גוף איז הײַנט געוואָרן טויט…
קאַלט־לאָגיש: אַלע גופֿים זײַנען שטערבלעך.
נאָר דאָ, וואָס שײַך איר — די גאַנצע לאָגיק
פֿאַרוואַנדלט זיך אין אומזיניקייט גלײַך
און אין אַבסורד, אין משוגעת אַפֿילו!
טוט נאָר אַ קוק אויף איר אין „באַלעראָ‟:
איר יעדעס צעלכל אָטעמט הייס מיט לעבן,
און לעבן שפּריצט פֿון אַלע אירע אבֿרים
גלײַך אין פֿאַרכאַפּטע אונדזערע נשמות.
אַנטשיידן שפּריצט עס, רײצנדיק און היציק —
און פֿילט אונדז אויכעט אָן ביז גאָר מיט חיות!
און ס‘טראַכט זיך: וואָס וואָלט מאַרקיש אָנגעשריבן,
ווען ער וואָלט כאָטשבי איין מאָל זי דערזען?…
אַן אוניקאַלסטע מײַסטערין, אַ בריה —
און אויך אַ פֿרוי אין פֿולן זין פֿון וואָרט.
ניט ווײַבלעך איז איר קונסט אַפֿילו — נאָר
לגמרי ווײַבעריש איז זי פֿאָרט בטבֿע.
סע טאַנצט אַ פֿרוי מיט פֿרויען־כּישוף אירן,
סע פֿלאַטערן און פֿלאַקערן בײַ איר
אי אַלע אבֿרים, אי דער גאַנצער גוף.
איר הערט — דעם לעבן זינגט איר גוף אַ הימען!
איר זעט — דער גאָרער וועלט זי גיט זיך אָפּ!
ס׳איז ניט קיין טאַנץ, נאָר אַ טריומף פֿון לעבן…
און אָט מע זאָגט, אַז איצט איר גוף איז טויט?!
קאַלט־לאָגיש — און אַבסורד. רעאַל — און זינלאָז.
באַגריפֿן ווערן הײַנט ביז גאָר צעמישט…
איך פֿיל, אַז טרויעריק איך קאָן ניט שרײַבן
און קאָן ניט אויסניצן דאָס וואָרט „געווען‟.
כּל־זמן סע לעבט די וועלט — אַזאַ מחיה:
אי זיך אַליין, אי אונדז ביז גאָר אַ טרײַע,
ווי תּמיד, צווישן שטערן העלע, פֿרײַע,
טאַנצט אייביק אונדזער אומשטערבלעכע מײַע!


ייִדישע ווערטער

Yiddish Words

פֿון יעווגעני קיסין

שלום־עליכם אויף רוסיש

טעוועלעך ברוינע, און זײַטן — אַ ביסל פֿאַרגעלטע…
זעקס דיקע בענדער. אויף יעדן — מיט רוסישע אותיות
ווערטער, וואָס פֿלעגן שוין דאַן אַזוי ליב פֿאַר מיר אויסזען און קלינגען:
„שלום־עליכם”…
כ׳פֿלעג אַלס דערוואַקסלינג זיך אײַנטונקען אין יענע זײַטן —
און זייער ריח פֿאַר מיר איז געווען, ווי דער דופֿט פֿון דעם שטעטל,
ווי דער גערוך פֿונעם ייִדישן לעבן דעם אַלטן…
פֿלעגן ביז גאָר מיך פֿאַרכאַפּן די אַלע געשטאַלטן:
סטעמפּעניו, רחלע, יאָסעלע, אסתּר —
שיינע מוזיק, אָבער אומגליק אין ליבע…
דער אומדערמידלעכער לופֿטמענטש מיט זײַן שיינע-שיינדל
און מיט זײַן אייביקן „עיקר שכחתּי”,
טבֿיה דער מילכיקער — „ווי אַ גראָבשטאַמיקער דעמב”, גאָלדע סערדצע,
זייערע טעכטער „געראָטענע, קלוגע און שיינע”
מיט אַלע מענער, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעקליבן…
און כ׳פֿלעג זיך אויסלערנען ייִדישע ווערטער דאָרט אין די הערות:
„פֿרײַנד”, „גאָלע נאַר”, „בעל־הביתל”, „דאָס פּוילישע ייִנגל”,
„וועקער”, „לך־לך”, „דאָס יודישע פֿאָלק”, „קול־מבֿשׂר” —
ייִדישע ווערטער, מיט רוסישע אותיות געדרוקטע…
כ׳האָב זיך פֿון דאָרטן דערוווּסט אַ סך נעמען פֿון ייִדן באַרימטע:
מענדעלע, דובנאָוו, סטראַשונסקי, יוחנן הסנדלר,
גאָלדפאַדען, ביאָליק, רמבם, חיים־זעליק סלאָנימסקי…
זעקס ברוינע בענדער, פֿון וועלכע אַ מאָל כ׳האָב גענאָסן
מײַן ערשטן טעם פֿון אַ שטיק ייִדיש לעבן.
זײַנען זיי מײַן ערשטער פֿענצטער געוואָרן
אין דער אומענדלעכער צויבערוועלט פֿון אונדזער אומה־ירושה,
וואָס מײַן גאַנץ לעבן וועט זײַן ניט גענוג צו באַנעמען…
עפֿן איך אויף זיי אַצינד און דערשמעק יענעם ריח דעם אַלטן,
לייען אַ ביסל — און דוכט זיך מיר, אַז, כאָטש מיט רוסישע ווערטער,
איז עס אויף עפּעס אַ ייִדישער שפּראַך אָנגעשריבן.
עפֿנט זיך אויף אַ שטיק ייִדישע וועלט אויף דאָס נײַ פֿאַר די אויגן
און פֿאַרן האַרצן… געליבטער און לײַבלעכער שלום-עליכם…

Read more


אויפֿן טויט פֿון באָריס ניעמצאָוו

Boris Niemtsov, In Memoriam

פֿון יעווגעני קיסין

Getty Images

אַ פּנים, ערבֿ־שבת, בעת מלאָכים
שטיל אײַלן זיך אַראָפּ אויף אונדזער ערד,
דאָ טוען רוצחים אָפּ בסוד, אין חשכות,
אַכזריותן זייערע, כּדי
געוואַגטע, דרייסטע מענטשן זאָלן שטאַרבן
ווי מאַרטירער — און אויכעט ווי צדיקים…

Read more


אַ באַרג־שפּאַציר אין שווייץ

A Mountain-Stroll in Switzerland

פֿון יעווגעני קיסין

אַ באַרג־שפּאַציר אין שווייץ

געוואָרן גאַנץ מיד
איך בין אין דער מיט
פֿון באַרגישן וועג —
און כ׳זעץ זיך אַוועק.
מײַן אָטעם איז שווער,
קלאַפּט האַסטיק מײַן האַרץ…

Read more


מײַן באָבע-לשון...

My Grandmother Tongue

פֿון יעווגעני קיסין

אויסער מאָסקווע איז עס זייער גרין,
קלאָר ז׳דער הימל, און די לופֿט איז פֿריש.
אויף דער דאַטשע איז ווי בײַ שוקשין*,
אָבער פֿאָרט שלום-עליכמיש.
יאָ, עס האָט זיך מיר געפֿילט אַזוי
דאָרט אין יענער אַלטער, גוטער צײַט,
ווען אין קילן סעדל פֿרישער טוי
יעדן אין דער פֿרי האָט ווי באנײַט
אונדזער קליינעם שיינעם גאָרטן-ייִשוב —
פֿול מיט לעבן כ׳בין געווען פֿאַרכּישופֿט…

Read more


„אורבי עט אָרבי”

Urbi et orbi

פֿון יעווגעני קיסין

שטאָלץ איז מײַן גײַסט, שטרענג — מײַן געשטאַלט.
יאָרהונדערטער זיבן און דרײַסיק כ׳בין אַלט.
פֿון אור־אַלטער צײַט,
פֿון העט-ווײַטער ווײַט
קום איך אָן.

Read more


שובערטס 4טער עקספּראָמט

Schubert’s Fourth Improvisation

פֿון יעווגעני קיסין

שובערטס 4טער עקספּראָמט

לאָמיר אַצינד זיך פֿאַרדרייען אין לופֿטיקן וואַלס, מײַן געליבטע,
ווי ווינטער שנייעלעך ווירבלען זיך אין אונדזער היימשטאָט, אין מאָסקווע.
די גאַנצע וועלט געהערט אונדז! — אָבער מיר דאַרפֿן גאָרנישט ניט האָבן,
חוץ אונדזער ליבע, וואָס געטלעך און אומענדלעך איז, ווי די אַלוועלט…

Read more


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.