Vayter

איין טאָג אינעם לעבן פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעקערין

A Day in the Life of a Judaica Librarian

פֿון מרים־חיה סגל

  • Print
  • Share Share

וואָס מיינט עס, צו זײַן אַ ייִדישע ביבליאָטעקערין הײַנט? וואָס טוט מען בײַ דער אַרבעט?

צי איז עס טאַקע אמת, אַז מען זיצט און מע לייענט ביכער אַ גאַנצן טאָג?

לאָמיר זען, וואָס ס׳קומט פֿאָר במשך פֿון איין טאָג אינעם ייִדישן אָפּטייל אויפֿן נאָמען „דורות‟, אין דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק.

http://www.nypl.org/locations/divisions/jewish-division

איך קום אַרײַן צו דער אַרבעט און עס וואַרטן שוין אויף מיר עלעקטראָנישע און טעלעפֿאָנישע בקשות. דער שרײַבט אַן אַרבעט וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אין אַמעריקע און וויל וויסן, וועלכע ביכער איך וואָלט אים רעקאָמענדירט. אַן אַנדערער זוכט אינפֿאָרמאַציעס וועגן דער משפּחה, וואָס האָט געלעבט אין פּוילן מיט הונדערט יאָר צוריק. אַ דריטער זוכט אַ דערציילונג פֿון שלום אַש און ווייסט נישט, אין וועלכן בוך זי געפֿינט זיך. איך מוז זיי ענטפֿערן — קוקן אינעם עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג: 

http://catalog.nypl.org

און דאַטנבאַזעס: 

http://www.nypl.org/collections/articles-databases

און אויך נישטערן אין די ביכער, כּדי צו געפֿינען די פּאַסיקע אינפֿאָרמאַציע. נישט בלויז דאַרף מען געפֿינען די אינפֿאָרמאַציעס, נאָר אויך פּסקנען, צי די מקורים טויגן, צי זיי זײַנען באמת וויסנשאַפֿטלעך און גוט אויסגעפֿאָרשט.

עס איז שוין צײַט צו עפֿענען דעם לייענזאַל און „קוועטשן די באַנק” בײַם רעפֿערענץ־טיש לטובֿת דעם פּובליקום. די ביבליאָטעק איז אָפֿן און בחינם פֿאַר אַלעמען, און יעדן טאָג שטראָמען אַרײַן טויזנטער מענטשן — טוריסטן, וואָס ווילן באַקוקן דעם פּרעכטיקן, ריזיקן מאַרמאָרנעם בנין; פֿאָרשער, וואָס ווילן זיך באַניצן מיט די זעלטענע מאַטעריאַלן דאָ, און מענטשן, וואָס זוכן סתּם אַ שיין אָרט צו זיצן און לייענען, אַרבעטן אָדער ניצן דעם „ווײַפֿײַ” (אָן־דראָטיקע אינטערנעץ).

http://www.nypl.org/locations/schwarzman

http://digitalcollections.nypl.org/items/510d47da-ea13-a3d9-e040-e00a18064a99

יעדן טאָג מאַכן מיר אַ סטאַטיסטיק, וויפֿל מענטשן זענען אַרײַנגעקומען און מיט וויפֿל ביכער האָט מען זיך באַנוצט. דאָס העלפֿט אונדז צו קריגן שטיצע. אַן ערך 10,000 מענטשן באַזוכן דעם ייִדישן אָפּטייל יעדעס יאָר. עטלעכע מאָל אַ טאָג מוז איך ענטפֿערן אויף די פֿאָרש־קשיות. אַ דריטל פֿון די קשיות האָבן אַ שײַכות מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און די איבעריקע — מיט ייִדישער און אַלגעמיינער געשיכטע, רעליגיע און קולטור, אָדער גלאַט מיט עפּעס אַ טעמע; עס פֿרעגן סטודענטן, פּראָפֿעסאָרן, רבנים, חסידים, שרײַבער, קינסטלער און סתּם פאָרשער פֿון אַ גאַנץ יאָר. אַ טייל פֿון זיי קענען נישט לייענען קיין ייִדיש אָדער העברעיִש און דאַרפֿן עפּעס אַ פֿאַרמיטלער. זיי קומען אין לייענזאַל, זיי קלינגען, זיי שרײַבן. עס זענען דאָ באַזוכער אויף איין טאָג, פֿון ווײַטע לענדער, און אַזעלכע, וואָס פֿאַרברענגען דאָ יאָרן, און שרײַבן דיסערטאַציעס און ביכער. מיר, די אַרבעטער, באַשטעלן ביכער און מיקראָפֿילמען פֿאַר זיי און געבן עצות וועגן דעם, ווי אַזוי צו פֿאָרשן און וואָסערע מקורים זײַנען פּאַסיק.

איך שרײַב אויך בלאָגן וועגן דער ייִדיש־פֿאָרשונג און שאַף פֿאָרש־וועגווײַזערס:

http://www.nypl.org/blog/author/499

די אַרבעטער דאָ מוזן אויך פֿיזיש און עלעקטראָניש קאָנטראָלירן די ביכער, אַז מען זאָל זיי נישט שעדיקן אָדער גנבֿענען. דער ייִדישער אָפּטייל אַליין פֿאַרמאָגט עטלעכע הונדערט־טויזנט ביכער, און די גרעסערע ביבליאָטעק־סיסטעם — עטלעכע מיליאָן. מיר מוזן אויך האַלטן אַן אָרדענונג אין דעם לייענזאַל, אַז מען זאָל דאָרט ניט טרינקען, עסן, רעדן אויף דער מאָבילקע, מאַכן אַ רעש אָדער שטערן אַנדערע. וואָס זשע מיינט איר, עס קומען נישט אַרײַן גענוג נודניקעס? מיר זענען טאַקע גליקלעך, וואָס מיר האָבן וווּנדערלעכע קאָלעגעס, די וועכטער, וואָס העלפֿן אונדז אָנצוהאַלטן אָרדענונג און טרײַבן אַרויס די „פֿאַרברעכערס‟.

נאָכמיטאָג דאַרף איך זיך אומקערן צו אַ קאַטאַלאָגיר־פּראָיעקט. מיר האָבן עטלעכע הונדערט פּלאַקאַטן און פּראָגראַמקעס פֿון ייִדישן טעאַטער, ספּעציעל פֿון ניו־יאָרק. איך מוז יעדן באַקוקן און פֿאַרשרײַבן די וויכטיקע אינפֿאָרמאַציעס וועגן זיי אינעם קאַטאַלאָג, לויט די פֿאָלגנדיקע קאַטאַלאָגיר־תּקנות: ווער האָט דאָס געדרוקט, וואָס איז דער נאָמען פֿון דער פּיעסע און דער מחבר, ווער שפּילט, אין וועלכן יאָר (אַמאָל איז נישט אָנגעשריבן די דאַטע, און איך מוז טרעפֿן) און אַפֿילו ווי גרויס (וויפֿל צענטימעטער) עס איז דער פּלאַקאַט. מײַנע בעסטע פֿרײַנד בײַ דער דאָזיקער אַרבעט זענען „דער לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער‟ פֿון זלמן זילבערצווײַג, מיט אַן אינדעקס געמאַכט פֿון מײַן אויסגעצייכנטער פֿאָרגייערין און קאָלעגע, נעמי דזשאָנס; און אויך אַ כּסדרדיקן קאַלענדאַר, וואָס ווײַזט וועלכע טעג פֿון דער וואָך אין וועלכע חודשים פּאַסן צו וועלכע יאָרן. און די פּלאַקאַטן ווערן אויך מיט דער צײַט גוטע פֿרײַנד — זיי באַזאָרגן אונדז די נעמען און אַדרעסן פֿון טעאַטערס און די באַקאַנטע פּנימער און נעמען פֿון די שוישפּילער און מחברים. זיי זענען טאַקע זייער טשיקאַווע — די דײַטשמערישע שפּראַך פֿון אַמאָל, די מעלאָדראַמאַטישע טיטלען, די שיינע בילדער פֿון אַמאָליקע אַקטיאָרן.

http://digitalcollections.nypl.org/items/510d47da-db3d-a3d9-e040-e00a18064a99

איך כאַפּ נאָך אַ קוק אויף מײַן בליצפּאָסט און דערוויס זיך וועגן אַ נײַ פֿאָרש־וועבזײַטל וועגן ייִדישע לימודים אָדער אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל. איך שטעל דאָס אויף „פּנים־בוך‟. איך אַבאָניר צו עטלעכע גרופּעס וועגן ייִדישער פֿאָרשונג און ייִדישע לימודים; און איך געפֿין דאָרטן אויך אָנזאָגן פֿון פֿרײַנד און באַקאַנטע. אַ פֿרײַנד פֿון אַ פֿרײַנד שרײַבט, למשל, אַ היסטאָרישן ראָמאַן און וויל וויסן געוויסע ווערטער אויף ייִדיש, ווי אַזוי מען רעדט זיי אַרויס ווי מע שרײַבט זיי. צום באַדויערן, איז עס זעלטן, וואָס אַ שרײַבער אָדער רעדאַקטאָר איז זיך מטריח צו קאָנטראָלירן די ייִדישע ווערטער אין אַן ענגליש בוך. דווקא צווישן די גרעסטע אַמעריקאַנער שרײַבער און רעדאַקטאָרן געפֿינט מען גראָבע ייִדיש־טעותן. נישט זיי שעמען זיך און נישט זיי פּרובירן אויסבעסערן די טעותן. דאָס פֿאַרדריסט מיך זייער, און איך בין גרייט צו העלפֿן, אַז די שפּראַך זאָל זײַן ריכטיק און אַז ייִדיש זאָל ווײַטער אָנהאַלטן איר כּבֿוד, ווי עס באַדאַרפֿט צו זײַן!

נאָך אַ מענטש זוכט מוזיק פֿאַר אַ ייִדיש ליד צו זינגען אויף אַ קאָנצערט, און אַ דריטע נייטיקט זיך אין אַן אַלטן אַרטיקל פֿון „פֿאָרווערטס‟, ווײַל איר עלטער־באָבע האָט געשריבן פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ אין די 20ער און 30ער יאָרן. אָבער זי ווייסט ניט גענוי ווען. זי מוז אַרײַנקומען אין ביבליאָטעק און דורכקוקן די מיקראָפֿילמען. איין קלייניקייט נאָר — זי קען ניט קיין ייִדיש. אוי אַ בראָך. אפֿשר וויל איינער פֿון די „ווײַטער‟־לייענער אַ צוגאָב־אַרבעט? ווײַל מיר, ביבליאָטעקאַרן ,האָבן שוין נישט קיין צײַט. מיר זענען פּראָפֿעסיאָנעלע וועגווײַזער — ניט אַדוואָקאַטן, פּסיכיאַטער, אָדער איבערזעצער, וואָס זענען גרייט איבערצוזעצן דעם זיידנס אַלטע בריוו על־חשבון הביבליאָטעק.

עמעצער וואָס קומט אַרײַן אין לייענזאַל, האָט אַ פֿראַגע וועגן יזכּור־ביכער, און איך מוז אים אויספֿרעגן וועגן דער משפּחה און זוכן פֿאַר אים אין דעם בוך.

http://www.nypl.org/collections/nypl-recommendations/guides/yizkorbooks

אַמאָל געפֿינען זיי אַ בילד אָדער אַ נאָמען פֿון אַמאָל. זיי לעכצן נאָך אינפאָרמאַציעאון ביאָגראַפֿיעס, וואָס זײַנען זייער אָפֿט נישטאָ; אַמאָל געפֿינען זיי נאָר אַ נאָמען פֿון אַן אומגעקומענעם, אָבער די אַרבעט פֿון זוכן איז זייער וויכטיק. 

מסתּמא ווייסט איר ניט, אַז אונטערן „ברײַאַנט־פּאַרק‟, וווּ מען גליטשט זיך אויפֿן אײַז ווינטערצײַט און מע קוקט פֿילמען זומערצײַט, געפֿינט זיך טיף אונטער דער ערד אַ ריזיקער סקלאַד. דאָרטן זענען פֿאַראַן טויזנטער פּאָליציעס מיט ביכער און מיקראָפֿילמען, ווי אויך אַ ספּעציעלער קילער, פֿאַרשלאָסענער צימער, פֿול מיט זעלטענע אַלטע ביכער און מאַנוסקריפּטן — בריוו פֿון ליטעראַרטן, אור־אַלטע כּתבֿ־ידן, אַלטע חומשים, הונדערטער שטיקלעך בויגן־מוזיק פֿון ייִדישע לידער, ווי אויך הונדערטער מאַנוסקריפּטן פֿון באָריס טאָמאַשעווסקיס טעאַטער־רעפּערטואַר. 

http://digitalcollections.nypl.org/items/5e66b3e8-9e78-d471-e040-e00a180654d7

אוי עס ווערט שוין שפּעט! עס וואַרט אויף מיר איצט די צווייטע אַרבעט פֿון טאָג — אַ געזאַנג־רעפּעטיציע. איך כאַפּ צונויף די בעבעכעס און אײַל זיך אַרויס פֿון בנין צו די שפּרודנדיקע ניו־יאָרקער גאַסן.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.