Vayter

„בלויז אַ ציגל אין וואַנט‟

Just a Brick in the Wall

פֿון אַרעלע ווישוואַנאַט און נפֿתּלי איידלמאַן

  • Print
  • Share Share

אַזוי ווי די יונגע־רעדערס פֿון אַ סך קליינע באַדראָטע שפּראַכן, פּרובירן די יונגע ייִדישיסטן צופּאַסן זייער שפּראַך צו די מאָדערנע קולטורעלע אומשטענדן, אָדער בעסער געזאָגט, אויסצודריקן די הײַנטיקע קולטור אויף זייער מאַמע־לשון. לעצטנס אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ האָבן צוויי יוגנטרופֿניקעס, אַרעלע ווישוואַנאַט און נפֿתּלי איידלמאַן, איבערגעזעצט צוויי באַקאַנטע לידער פֿון „פּינק־פֿלוידס‟ אַלבאָם „דער מויער‟ און זיי פֿאָרגעשטעלט צוזאַמען מיט אַ קינדער־כאָר, מיט וועלכן זיי האָבן דיריגירט.

דער אַלבאָם „דער מויער‟, אַזוי ווי אַלע אַלבאָמען פֿון „פּינק־פֿלויד‟, גיט איבער אַ קאָמפּליצירטע געשיכטע, וואָס אַנטווינקלט זיך במשך פֿונעם גאַנצן אַלבאָם. „דער מויער‟ דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון ראָדזשער וואַטערס, דער געוועזענער הויפּט־זינגער פֿון דער קאַפּעליע, דורך זײַן אַלטער־עגאָ „פּינק‟, וואָס האָט אַזוי ווי וואַטערס אַליין פֿאַרלוירן זײַן פֿאָטער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. במשך פֿונעם „מויער‟ דערציילט „פּינק‟ פֿון זײַן פּערזענלעכער עלנטקייט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז אַ ראָק־שטערן; ווי אויך וועגן זײַנע פּראָבלעמען מיט נאַרקאָטיקן און פֿרויען. דער אַלבאָם, אין פֿאָרעם פֿון אַ „ראָק־אָפּערע‟, קריטיקירט די בריטישע געזעלשאַפֿט און די סאָציעלע געזעלשאַפֿט אונטערן רעזשים פֿון דער בריטישער פּרעמיערשע מאַרגאַרעט טאַטשער, וואָס האָט, אַליין געהאַלטן, אַז עס עקזיסטירט ניט אַזאַ זאַך ווי אַ געזעלשאַפֿט בכלל.

דער גאַנצער אַלבאָם איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָפּולערן פֿילם, וואָס איז אַרויס אין 1982. אָט קענט איר זען דעם אָריגינעלן נוסח פֿון די לידער אינעם פֿילם, וואָס די קינדער מאַכן נאָך:

און אָט איז דער נײַער ייִדישער נוסח, ווי מע האָט אים פֿאָרגעשטעלט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟.

Happiest Days of Our Lives

געװען בײַ אונדז אין שול אַזעלכע
לערערס גאָר חזירים װאָס
געפּײַניקט האָבן זײ אונדז אָן אַ שיעור
יעדעס קינד באַזונדער צו דער בלאָטע גלײַך געמאַכט
געטראָפֿן װוּ עס טוט אונדז װײ,
דערנידעריקט, געשפּיגן און געלאַכט
(געלעכטער)
נאָר קײן סוד איז נישט געװען אַז
זײערע װײַבער די צעדרײטע
פֿלעגן שמײַסן זײ, צעממיתן, אַיעדן אױפֿדערנאַכט

Brick in the Wall, Part 2

מיר דאַרפֿן נישט קײן שול־דערציִונג
מיר װילן נישט קײן שולפֿאַבריק
מע דריקט אונדז אונטער אין די קלאַסן
ניטע לערער שױן גענוג
הײ! לערער! זאָל שױן זײַן גענוג
בלײַבן בלײַבסטו סײַ װי
בלױז אַ ציגל אין װאַנט