Vayter

„מוסר־יאָגאַ‟ — אַ נײַע שיטה

Mussar Yoga — A New Discipline

פֿון שיפֿרה הובער

  • Print
  • Share Share

שיפֿרה הובער איז אַ סטודענטקע אין „פּרינסטאָן‟־אוניווערסיטעט. זי האָט שטודירט ייִדיש אין דער „ייִוואָ‟ זומער־פּראָגראַם, ווי אויך אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟.


אין דער ייִדישער רעליגיע, טראַכט מען אָפֿטמאָל װעגן דער פֿאַראײניקונג צװישן גשמיות און רוחניות, דאָס הײסט, צװישן דעם מאַטעריעלן און דעם גײַסטיקן טײל פֿונעם לעבן. מע האַלט, אַז די צװײ טײלן אַרבעטן צוזאַמען. מע טאָר נישט אָפּרײַסן אײן טײל פֿונעם צװײטן, אַזױ ווי מע טאָר נישט אױסקומען נאָר מיט אײנעם. נאָך דערצו זאָגט מען, אַז מע ניצט טאַקע דעם רוחניותדיקן טײל, כּדי אַרױפֿצוהײבן דעם גשמיותדיקן טײל, און דעם גשמיותדיקן טײל, דערקעגן, ניצט מען אַרײַנצוטאָן אין אונדזער װעלט דעם רוחניותדיקן טײל.

ס׳איז אָבער זייער זעלטן, אַז מע זעט אַזאַ קלאָרן אָנװײַז פֿון דעם פּרינציפּ װי אין עדית בראָטמאַנס „Mussar Yoga“ (מוסר־יאָגאַ). עדית בראָטמאַן, אַ דאָקטאָרשע אין סאָציאָלאָגיע און אַ פּראָפֿעסיאָנאַלע יאָגאַ־לערערין, האָט אױסגעטראַכט אַ נײַע מעטאָדע פֿון יאָגאַ, װאָס נעמט אין זיך אַרײַן די פּרינציפּן פֿון „מוסר“. מוסר איז אַ ייִדישע רעליגיעזע שיטה, װאָס לערנט אופֿנים, װי אַזױ מע קען פֿאַרבעסערן די מידות, און בפֿירוש, װי אַזױ צו מאַכן, אַז מע זאָל *װילן* טאַקע טאָן די ריכטיקע זאַכן.

עדית בראָטמאַן און איר בוך „Mussar Yoga“

„מוסר“ מײנט טאַקע „אינעװײניקע אינסטרוקציע“. די מוסר־פֿילאָזאָפֿיע איז געגרינדעט געוואָרן דורך הרבֿ בחיי אבן פּקודה מיט זײַן ספֿר „חובֿות הלבֿבֿות“, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן בערך אינעם יאָר 1040. אין „חובֿות הלבֿבֿות“ שרײַבט אבן פּקודה װעגן דער לאָגיק פֿון ייִדישער רעליגיע און פֿונעם גלױבן אין ג־ט; ער ברענגט טאַקע אַ ראיה, אַז ג־ט עקסיסטירט. אין 1740 האָט דער רמח”ל (הרבֿ משה חיים לוצאַטו) אָנגעשריבן דעם ספֿר „מסילת ישרים“, װאָס האָט שפּעטער געהאַט זײער אַ גרױסע השפּעה אויף דער מוסר־באַװעגונג. „מסילת ישרים“ גיט איבער נײַן הױפּט־מידות, װאָס מע האָט גענומען פֿון אַ ברייתא פֿון דער תּנא פּנחס בן יאַיר. אין 1809 האָט הרבֿ מנחם־מענדל לוין אָנגעשריבן דעם ספֿר „חשבון הנפֿש‟. די ווערק פֿאַררופֿט זיך אױף בענזשאַמין פֿרענקלינס „13 מעלות“, װאָס פֿרענקלין האָט פֿאָרגעלייגט, מע זאָל זיי איבערחזרן. מע ניצט דאָס בוך הײַנט־צו־טאָג אין מוסר־געניטונגען. די מוסר־באַװעגונג איז פֿאָרמעל געגרינדעט געוואָרן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט דורך ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, װאָס האָט די לערע פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ מיזרח־אײראָפּע.

יאָגאַ, אָבער, האָט זיך אַנטװיקלט אין דער אַלטער אינדיע מיט אַרום דרײַ טױזנט יאָר צוריק. זי האָט זיך באַוויזן צום ערשטן מאָל אינעם „בריהאַדאַראַניאַקאַ אופּאַנישאַד“ פֿון דער „מוקטיקאַ,“ אַ טראַדיציאָנאַלער הינדוסישער טעקסט. האָט „אַלכּסנדר דער גרױסער“ געפֿירט אַן עקספּעדיציע קײן אונדיע אינעם יאָר 326 פֿאַר יעזוסן, און אײנער פֿון זײַנע מיטפֿאָרער האָט באַשריבן עפּעס אַ פֿירעכץ פֿון יאָגאַ װאָס ער האָט געזען. יאָגאַ באַװײַזט זיך אױך אין דער „באַגאַװאַד גיטאַ“ און אין אַנדערע הינדוסישע טעקסטן. עס איז אָנגעקומען קײן מערבֿ מיט נאָבין טשונדער פּאָולס „חיבור איבער יאָגאַ‟ אין 1851, און עס איז װײַטער געװאָרן טאַקע אַ פּאָפּולערע און פֿאַרשפּרײטע פֿאָרעם פֿון מוח־גופֿלעכער געניטונג. “מוסר־יאָגאַ“ פּרוּװט צו פֿאַרבינדן יענע מסורה מיט דער ייִדישער טראַדיציע, װאָס איז אפֿשר אַנדערש, אָבער זיכער נישט ייִנגער פֿון יאָגאַ.

אַ וויכטיק אײַנפֿאַל פֿונעם הײַנטיקן מוסר איז דער פֿאַקט, װאָס עס זײַנען דאָ 13 הױפּט־מידות, דאָס הײסט, די 13 װיכטיקסטע גוטע כאַראַקטער־שטריכן, װאָס ווערן באַטאָנט דורכן „חשבון־הנפֿש“. “Mussar Yoga“ נעמט יעדערע פֿון די 13 מידות און פּאָרט עס צונױף מיט אַ סעריע יאָגאַ־פּאָזעס. אַזוי װי אין דעם אָריגינעלן מוסר, דאַרף מען אַרבעטן אױף יעדער מידה באַזונדער אַ װאָך. אין דעם פֿאַל מײנט עס, אַז מע פּראַקטיצירט יעדע סעריע פּאָזעס אײן װאָך.

בראָטמאַן לערנט אונדז, צום בײַשפּיל, אַז די ערשטע מידה — „אמת‟ — קען זיך אױסדריקן דורך דער „בערג“־פּאָזע, און דערנאָך דורך דער „קעמל“־פּאָזע.

כּדי צו מאַכן די „בערג“־פּאָזע, שטעלט זיך אױף אַ טעפּעך מיט די פֿיס פּאַראַלעל, אויף די ברייט פֿון די לענדן. שטעלט די קני איבער די קנעכלען און די לענדן איבער די קני, מיט די פּלײצעס איבער די לענדן. דרײט פֿאָרױס די דלאָניעס מיט די הענט בײַ די זײַטן. פֿאָקוסירט די אױגן אױף אַ פּונקט און אָטעמט.

פֿאַר דער צװײטער מידה, „אומץ לבֿ‟ (מוט), זאָל מען מאַכן די „דרײַעק“־פּאָזע און „קראָ“־פּאָזע. כּדי צו מאַכן דעם „דרײַעק,“, שטעלט זיך אױף אַ טעפּעך און טרעט אַהינטער אײן פֿוס. עס זאָל זײַן בערך אײן מעטער הינטערן אַנדערן. שטייט מיטן פּנים צו דער װאַנט. דער פֿוס, וואָס איז אַרויסגעשטעלט פֿאָרויס, זאָל שטײן אַקעגן דער װאַנט. דער הינטערשטער פֿוס זאָל זײַן פּאַראַלעל מיט דער װאַנט. הײבט אױף די הענט, זײ זאָלן זײַן פֿאַראַלעל צום דיל. לענט זיך אָן אויף רעכטס און שפּאַרט אָן די רעכטע האַנט אינעם רעכטן קנעכל. דרײט דעם ברוסטקאַסטן צו דער װאַנט און הײבט אױף די לינקע האַנט.

דערנאָך דערקלערט אונדז בראָטמאַן די אַנדערע מידות: „ענוה‟ (עניװת), „סדר‟, „כבֿוד‟, „זריזות‟ (פֿלינקײט), „הסתפּקות‟ (פּשטות), „מנוחת־הנפֿש‟ (באַרוט), נדיבות לבֿ (ברײטהאַרציקײַט), שתּיקה (פֿאַרשװײַגונג), הכרת־הטובֿ (דאַנקבאַרקײט), חסד (צערטלעכקײט), און בטחון (גלױבן). יעדע מידה ווערט באַגלייט מיט 3 ביז 5 יאָגאַ־פּאָזעס און אַ פּרטימדיקער פֿאַרצײכענונג פֿון דער מידה און װי מען אַרבעט גײַסטיש אױף דעם.

די, װאָס װילן קריגן אַ גײַסטיקע און פֿיזישע השׂכּלה, זאָלן אױספּרוּוון „מוסר יאָגאַ‟. מיר זאָלן זיך זען אױפֿן טעפּעך!


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.