Vayter

די שלאַכט פֿון וויליאַמסבורג

The Battle of Williamsburg

פֿון לייזער בורקאָ

  • Print
  • Share Share

צוליב דעם אויסנאַם־צושטאַנד איז די אונטערבאַן ניט געפֿאָרן איבער דער מאַרסי־עוועניו־סטאַנציע. דער פֿאַרקער אויף בראָדוויי, די הויפּט־גאַס, וואָס געפֿינט זיך אונטער די באַנרעלסן, האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעשטעלט. די ווייניק מענטשן אין די קרעמלעך און קיאָסקן האָבן געשפּירט די מאָדנע שטילקייט, דערשמעקט די סכּנה אין דער קאַלטער לופֿט.

די קלאַנגען האָבן זיך דערהערט פֿון צפֿון, פֿון וואַנען די ערשטע באַנדעס אַרטיסטן און כוליגאַנעס זײַנען געקומען פֿאַרנעמען שליסל־פּאָזיציעס הינטער די גרויסע אויטאָס און די ריזיקע זײַלן, וואָס טראָגן די באַנרעלסן. „פּאָנק־ראָק‟־מוזיק האָט געשפּילט פֿון די אָפֿענע פֿענצטערס אויף דער צפֿון-זײַט און מע האָט אויסגעשריגן, געבראָכן פֿענצטער אָדער געשאָסן אין דער לופֿטן, כּדי זיך צו דערמוטיקן מוט. צו ביסלעך זײַנען געקומען נאָך באַנדעס, נאָך און נאָך יונגע מענער און פֿרויען, מיט צעריסענע קליידער, געפֿאַרבטע האָר אָדער געגאָלטע קעפּ, ווילדע פֿריזורן, רינגלעך אין דער נאָז און אַרום די ליפּן. זיי האָבן געהאַלטן אין די הענט מעסערס, שטעקנס, פּיסטוילן, אָפּצעבראָכענע בירפֿלעשלעך. די פֿרויען האָבן געלאַכט און געכיכיקעט, די מענער — געזוכט מיט די אויגן סימנים פֿון שׂונא.

אַזוי זײַנען פֿאַרגאַנגען עטלעכע מינוט, בעת וועלכע די קרעמערלעך האָבן פֿאַרהאַקט די טירן און זיך באַהאַלטן אין קעלער. די רעדל־פֿירערס האָבן שוין אָנגעהויבן זיך פֿילן אַנטוישט, וואָס דער שׂונא באַווײַזט זיך ניט, ווען די ערשטע שטיינדלעך זײַנען געפֿאַלן. צו ערשט, אַ פּאָר שטיינדלעך, וואָס האָבן פֿאַרפֿעלט דעם ציל און זײַנען אָפּגעשפּרונגען פֿון דער ערד, אָבער דערנאָך הונדערטער, טויזנטער, וואָס זײַנען געפֿלויגן פֿון די דעכער פֿון די בנינים אויף דער דרום־זײַט. ווער עס האָט אַרויפֿגעקוקט און ניט גלײַך פֿאַרלוירן אַן אויג, האָט דערבליקט די קעפּ און הענט פֿון הונדערטער חסידישע ייִנגלעך, וואָס וואַרפֿן שטיינער, פֿלעשלעך, שטיקער מיסט, וואָס זיי האָבן דאָרט אויבן צונויפֿגעקליבן. די אַרטיסטן האָבן זיך צוריקגעצויגן צו מער זיכערע פּאָזיציעס, געהאַלטן הילצערנע ברעטער איבער די קעפּ און געוואַרט, ביז די באָמבאַרדירונג וועט זיך אויסשעפּן. זיי האָבן אויך געשאָסן פֿון דער צפֿון־זײַט פֿון די אייגענע פֿענצטערס און דעכער. עטלעכע פֿאַרוווּנדיקטע זײַנען געבליבן ליגן אין מיטן גאַס, ניט געקענט קריכן אויף צוריק, געבעטן הילף, נאָר קיינער האָט זיי ניט געהערט.

מיט אַ מאָל האָט די טיר פֿון אַ גרויסער מצה־בעקערײַ אויף דער דרום־זײַט זיך אויפֿגעפּראַלט און אַ משׂא־אויטאָ איז אַרויס אין מיטן גאַס, אַרײַנגעפֿאָרן אין דער ריי אַרטיסטן און זי געשפּאָלטן אויף צוויי. בשעת די צעווילדעוועטע באַנדעס האָבן אַרײַנגעשאָסן אין משׂא־אויטאָ פֿון ביידע זײַטן, אַרויפֿגעקלעטערט, געשטאָכן מיט שטאָלענע שפּיזן אין די זײַטן און פֿון אויבן, האָט זיך געהערט אַ געשריי. פֿון דיוויזשן־עוועניו האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ מאַסע חסידים — גרויסע, באַלײַבטע, לויפֿנדיק מיטן פֿולן אימפּעט. אין די הענט האָבן זיי געהאַלטן שטעקנס, ביקסן, די מעטאַלענע דעקלעך פֿון מיסטקעסטלעך. די שוואַרצע קאַפּאָטעס האָבן געפֿלאַטערט אויפֿן ווינט און די ערד האָט געציטערט אונטער זייערע פֿיס, ווי פֿון אַ סטאַדע פֿאַרווילדעטע בופֿלאָקסן. פֿון פֿאָרנט האָט געברומט אַ ריזיקער חסיד מיט אַ לאַנגער, געלער באָרד, וואָס האָט געהאַלטן מיט ביידע הענט אַ גרויסע האַק. הינטער אים איז געגאַנגען אַ צווייטער, אַ ביסל קלענער, אָבער נאָך ברייטער, מיט אַ שוואַרצער באָרד, וואָס האָט מיט איין האַנט געדרייט אַ דיקע אײַזערנע קייט און און אין דער צווייטער געהאַלטן אַ שעכטמעסער.

דאָס געווער האָט געקנאַלט און גערויכט אויף ביידע זײַטן, בשעת די צוויי מחנות האָבן זיך צוזאַמענגעשטויסן. ווי אַ כוואַליע, האָבן די חסידים געשטורעמט איבער די אויטאָס און פֿאַרטיידיקונג־פּאָזיציעס פֿון די אַרטיסטן, אַרײַנגעהאַקט אין קעפּ און אָרעמס, זיי צעטראָטן און צעקוועטשט מיט די שווערע שוואַרצע שטיוול. דער געלער מיט דער גרויסער האַק האָט צעשפּאָלטן די קעפּ בײַ צוויי פֿון זײַנע שׂונאים, באַשפּריצט די ווענט און די שטיינערנע זײַלן מיט בלוט.

די אַרטיסטן זײַנען אָבער געווען מער אין צאָל, זיי זײַנען געקומען פֿון אומעטום, געשאָסן פֿון די פֿענצטערס, אַראָפּגעשפּרונגען פֿון די פֿײַער־לייטערס. אין זייער אָנגעשיכּורטן און נאַרקאָטיזירטן מצבֿ האָבן די פֿאַרוווּנדיקטע גאָר ניט געפֿילט, אַז עס פֿעלט זיי אַ האַנט אָדער אַ פֿוס, און זיי האָבן ווײַטער געקעמפֿט. דערצו האָבן די אַרטיסטן געהאַט אַ ספּעציעלן וואָפֿן קעגן די חסידים. מיט אַ ווילדער בילערײַ זײַנען פֿון די הינטערגעסלעך אַרויסגעלאָפֿן גרויסע בייזע הינט, וואָס די לאַנגע רײַסציין זייערע האָבן געטריפֿט מיט סלינע, און אָט באַלד — מיט בלוט. די הינט האָבן צעריסן די קאַפּאָטעס, זיך אײַנגעביסן אין די פֿיס און אין האַלדז.

די חסידישע רייען האָבן גענומען זיך וואַקלען. „שמע ישׂראל‟ האָבן אויסגערופֿן די פֿאַרוווּנדיקטע, וואָס זײַנען געפֿאַלן אונטער דער שווערער, הינטישער משׂא. דעמאָלט האָבן די אַרטיסטן זיי דערשטאָכן מיט מעסערס און צעבראָכן גלאָז. אַפֿילו דער געלער און דער שוואַרצער, שטייענדיק מיטן רוקן איינער צום צווייטן, האָבן געקעמפֿט פֿון די לעצטע כּוחות. דאָס שעכטמעסער איז געווען צעבויגן און אײַנגעקנייטשט, די אָרעמס זײַנען געוואָרן צו מיד אויפֿצוהייבן די גרויסע האַק. דער קאַלטער ווינט האָט געקילט זייערע נאַקנס און דעם שווייס, וואָס איז גערונען און זיך אויסגעמישט מיט זייער בלוט.

כּמעט אַרומגערינגלט, האָבן די חסידים זיך דאָך ניט אונטערגעגעבן. פֿון די דעכער אויבן האָט זיך געהערט ווי די ייִנגלעך זינגען אַ האַרציקן ניגון — דעם אַלטן רבינס ניגון, וואָס די חסידים זינגען יעדע וואָך בײַם טיש. וויפֿל פֿײַער און נשמה איז געלעגן אין דעם ניגון, האָבן די קעמפֿערס אויך אָנגעהויבן זינגען. די אַרטיסטן האָבן ניט געוווּסט, וואָס עס טוט זיך דאָ; דאָס זינגען איז געוואָרן העכער, ביז עס האָט זיך פֿאַרמאָסטן מיט דער ראָק־מוזיק, וואָס האָט נאָך אַלץ געדונערט פֿון די פֿענצטערס. דאָס פֿײַער איז די חסידים אַרײַן אין די אָדערן, די מוסקלען האָבן זיך אָנגעצויגן און אַרויסגעקוקט פֿון אונטער די צעריסענע קאַפּאָטעס. מיט די נאַקעטע הענט האָבן זיי דערוואָרגן די הינט, צעטראַסקעט די קעפּ בײַ די שׂונאים, און זיי אָנגעשפּיזט אויף זייערע אייגענע מעסערס. דאָס זינגען האָט די אַרטיסטן אַזוי אָנגעשראָקן, אַז עטלעכע האָבן אַוועקגעוואָרפֿן די וואָפֿנס און זײַנען אַנטלאָפֿן. גאָר אין גיכן איז די גאַנצע גאַס געוואָרן ליידיק פֿון די אַרטיסטן, אַחוץ מתים און אַזעלכע, וואָס האָבן זיך ניט געקענט רירן פֿון אָרט. די חסידים האָבן געוווּנען.

***

יענעם אָוונט איז אַ גרויסער עולם געקומען דאַוונען מעריבֿ אינעם אַלטן רבינס קלויז אויף ראָדני־סטריט. מע האָט געוואַרט צו הערן פֿון רבין עפּעס וועגן דעם הײַנטיקן נצחון, וואָס האָט דערפֿרייט די פֿרומע קרײַזן איבער גאַנץ ניו־יאָרק. אָבער דער רבי איז ניט אַרויס פֿון שטוב און האָט געדאַוונט ביחידות. מע האָט געזאָגט, אַז ער האָט גרויס עגמת־נפֿש איבער די ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען נעבעך פֿאַרוווּנדיקט און געהרגעט געוואָרן פֿון די רוצחים — אַרטיסטן. „די שלאַכט האָט מען געוווּנען‟, האָט ער געזאָגט, „אָבער די מלחמה האָט זיך בלויז אָנגעהויבן‟.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.