Vayter

אַלע ווערק פֿון שלום־עליכם: זוכט און געפֿינט

The Complete Works of Sholem Aleichem Now Searchable

פֿון דזשאָרדין קוציק

  • Print
  • Share Share

ד״ר רפֿאל פֿינקל, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט אינעם קענטוקיער אוניווערסיטעט אין לעקסינגטאָן, שפּילט שוין יאָרן לאַנג אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין שאַפֿן נײַע וועבזײַטן אויף ייִדיש. צווישן אומצאָליקע פּראָיעקטן האָט ד״ר פֿינקל געמאַכט דעם ערשטן ייִדישן ווערטערבוך אויף דער אינטערנעץ און געשאַפֿן אופֿנים ווי אַזוי צו שרײַבן אויף ייִדיש אויפֿן קאָמפּיוטער.

די לעצטע פּאָר יאָר פֿאַרנעמט זיך ד״ר פֿינקל מיטן שאַפֿן אַן OCR־פּראָגראַם, דאָס הייסט, אַ פּראָגראַם וואָס זאָל קענען לייענען אַ סקאַנירטן טעקסט און פֿון דעם שאַפֿן אַ דאָקומענט אויפֿן קאָמפּיוטער, וואָס מע זאָל קענען דורכזוכן און רעדאַקטירן.

לעצטנס האָט ער אַרויפֿגעשטעלט אַלע ווערק פֿון שלום־עליכם, אין אַ פֿאָרעם, וואָס מע קען אַדורכזוכן אַ דאַנק זײַן OCR־פּראָגראַם. אַנשטאָט צו דאַרפֿן טיפּירן יעדן אות, כּדי צו שאַפֿן אַ זוכעוודיקן דאָקומענט, קען מען איצטער סתּם אַרײַנלייגן אַ זײַטל פֿון אַ בוך אין דער פּראָגראַם און באַקומען פֿון אים אַ פֿאַרטיקן טעקסט, וואָס מע קען רעדאַקטירן. דאָס וועט זיכער העלפֿן די וואָס פֿאָרשן די ייִדישע ליטעראַטור, צו געפֿינען פּרטים, נאָך וועלכע מע וואָלט פֿריער געדאַרפֿט גריבלן שעהען לאַנג אין אַ בוך זיי צו געפֿינען אין בלויז אַ פּאָר מינוט.

http://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/searchSholem.cgi


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.