Vayter

ייִחוס

Roots

פֿון מרים־חיה סגל

  • Print
  • Share Share
Lewis Wickes Hines, 1904/The New York Public Library, 2015
אַ ייִדישע באָבע, „עליס אײַלאַנד‟, 1904

גאַנץ אָפֿט קומט מען אַרײַן צו מיר אין ביבליאָטעק מיט אַזאַ בקשה: „מײַן עלטער־זיידע האָט געהייסן משה כּהן פֿון רוסלאַנד. אפֿשר קענט איר אַ זוך טאָן אין קאָמפּיוטער און געפֿינען זײַן ביאָגראַפֿיע?”

נו, הלוואַי וואָלט עס געווען אַזוי פּשוט.

דער אמת איז, אַז דאָס געפֿינען אינפֿאָרמאַציעס וועגן די זיידע־באָבעס (שוין אָפּגערעדט פֿון די אור־אבֿות) איז ניט אַזוי לײַכט, און בײַ ייִדן קען עס זײַן ספּעציעל קאָמפּליצירט. פֿון די פֿריִערדיקע דורות בלײַבן אָפֿט מאָל זייער ווייניק באַווײַזן — אי צוליב דעם, וואָס מען האָט דעמאָלט ניט געלעבט מיט אַזוי פֿיל דאָקומענטן און טעכנאָלאָגיע ווי איצט, אי דערפֿאַר ווײַל מענטשן זענען אַרומגעפֿאָרן, אַמאָל אומלעגאַל, און ניט געזאַמלט אַזוי פֿיל חפֿצים ווי הײַנט. דערצו זענען די ייִדן היסטאָריש גערודפֿט געוואָרן: אין טייל לענדער האָט מען געמאַכט אַ תּל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און ניט געלאָזט פֿון איר אַפֿילו סימנים.

אָבער ניט געקוקט אויף די אַלע שוועריקייטן, זענען פֿאַראַן מערערע רעסורסן הײַנט, וואָס קומען צו ניץ, אַז מע וויל אויספֿאָרשן דעם ייִחוס.

עצמדיקע באַווײַזן (Vital records)

אַזעלכע עצמדיקע סימנים נעמען אַרײַן אינפֿאָרמאַציעס ווי:

געבורט, טויט, מיליטערישע דינסט, אימיגראַציע, ציווילע־חתונה, בילדונג און צענזוס־אינפֿאָרמאַציעס.

אַזעלכע דאָקומענטן געפֿינען זיך אָפֿטמאָל אין רעגירונגס־אַרכיוון און ניט אין קיין נאָרמאַלער ביבליאָטעק. הײַנט זענען אַ סך פֿון זיי צוטריטלעך דורך דער אינטערנעץ. עס איז כּדאַי אָנצוהייבן מיט אַזעלכע גרויסע וועבזײַטן ווי:

//www.ancestry.com

דאָ, למשל, האָב איך געפֿינען צענזוס־דאָקומענטן פֿאַר דער סגל־משפּחה, מײַנע קרובֿים אין שיקאַגע, מיט זייערע נעמען, עלטער און באַשעפֿטיקונגען, ווי אויך דער אַדרעס, וווּ זיי האָבן אַמאָל געוווינט. איך האָב אויך געפֿונען אַ דאָקומענט פֿונעם אַמעריקאַנער פּריזיוו פֿאַר מײַן עלטער־זיידן, וווּ עס שטייט געשריבן זײַן היימשטאָט — קאָלנע, פּוילן. קיינער אין דער משפּחה האָט נישט געדענקט פֿון וואַנען ער האָט שטאַמט און איצט ווייסן מיר.

אַמאָל געפֿינט מען אויך פֿיזישע באַשרײַבונגען פֿון אַ מענטשן: קורץ, הויך, ברייט, דאַר, קאָליר פֿון די האָר, אויגן, און אויך אַנדערע פּרטים: באַשעפֿטיקונג (אַרבעט), צי דער מענטש איז אַ חתונה־געהאַטער אָדער האָט קינדער, אאַז”וו.

נאָך זייער אַ וויכטיקער מקור (ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרשן מחוץ אַמעריקע) איז: JewishGen

//www.jewishgen.org

דאָס איז אַ ריזיקע וועבזײַט, וואָס נעמט אַרײַן אַ שלל מיט דאַטנבאַזעס פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און קאַטעגאָריעס, וואָס נעמען אַרײַן אינפֿאָרמאַציעס פֿון מקורים איבער דער וועלט. טיילן פֿון דער וועבזײַט זענען געווידמעט געוויסע ערטער, געגנטן, און גרופּעס, למשל, ספֿרדישע ייִדן, רבנים און ליטוואַקעס. און אַז מען פֿאַרשרײַבט זיך אינעם וועבזײַטל, וואָס דאָס קאָסט ניט קיין געלט, קען מען זיך פֿאַרבינדן מיט אַנדערע, וואָס פֿאָרשן די זעלבע טעמע — פאַמיליע־נאָמען, אָדער אָרט. אַמאָל געפֿינט מען אַ קרובֿ אָדער אַ לאַנדסמאַן אויף אַזאַ אופֿן.

אַז מע זוכט אַ שטעטל און מען ווייסט ניט, ווי אַזוי ריכטיק אויסצולייגן דעם נאָמען, קען מען אַ זוך טאָן און געפֿינען אים דורך אַ ספּעציעלן „קלאַנג־אינדעקס” אויפֿן נאָמען „דײַטש־מאָקאָטאָוו”, וואָס קען טרעפֿן די מעגלעכע ברירות. און מען געפֿינט דערבײַ די פֿאַרשיידענע נעמען און גילגולים פֿונעם דאָזיקן שטעטל און וווּ עס געפֿינט זיך אויף דער מאַפּע. עס זענען אויך פֿאַראַן דאָרטן זײַטלעך, געווידמעט געוויסע שטעט, און ענגלישע איבערזעצונגען פֿון יזוכּור־ביכער וועגן די שטעט.

יזכּור־ביכער

//www.jewishgen.org/yizkor

יזכּור־ביכער זענען אַ גוואַלדיקער קוואַל ניט בלויז פֿאַר גענעאָלאָגיע, נאָר אויך פֿאַר געשיכטע, פאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע וועגן ספּעציפֿישע שטעט און שטעטלעך, וואָס זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן אינעם חורבן. די דאָזיקע אָנדענק־ביכער זענען געוויינטלעך געשריבן פֿון לעבן־געבליבענע און זענען אָפֿטמאָל אויף ייִדיש אָדער העברעיִש. מען דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿונעם אָרט, וועגן באַקאַנטע און טשיקאַווע פֿיגורן, און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן: שולן, קלובן, און קהלשע אָרגאַניזאַציעס. זיי נעמען אַרײַן מאַפּעס און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שטאָטישע אײַנוווינער, און אָפֿטמאָל רשימות פֿון די אומגעקומענע אינעם חורבן. אַרום 650 יזכּור־ביכער זײַנען צוטריטלעך דורך דער אינטערנעץ, אַ דאַנק דער צוזאַמענאַרבעט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟: 

//bikher.org

און די ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק:

//www.nypl.org/collections/nypl-recommentations/guides/yizkorbooks

ווי אַ צוגאָב צו דעם קענט איר מאַכן אַ „וואָרטזוך” (keyword search) אין טייל פֿון די ביכער, ווי אויך אין אַנדערע רעסורסן דורך:

//www.genealogyindexer.org פֿאַרגעסט ניט, אַז אַ סך ענגלישע איבערזעצונגען פֿון די יזכּר־ביכער געפֿינען זיך אויף:

//www.jewishgen.org/yizkor

גרויסע זאַמלונגען פֿון יזכּור־ביכער געפֿינען זיך אינעם „ייִוואָ‟, אינעם „אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟, און אין „יד־ושם‟. אַז מען דערמאָנט „יד־ושם‟ מוז מען אויך דערמאָנען זייער ריזיקע „צענטראַלע דאַטנבאַזע פֿון די נעמען פֿון חורבן־קרבנות‟. דאָרט קען מען זוכן מענטשן לויטן נאָמען און שטאָט, כּדי צו געפֿינען אינפֿאָרמאַציעס וועגן די אומגעקומענע אינעם חורבן. אַמאָל געפֿינט מען אַ נאָטיץ פֿון אַן עדות וועגן די אומגעקומענע, ווי אויך אַנדערע פּרטים. אַזוי האָב איך מיט מײַן קוזינקע זיך דערוווּסט וועגן אונדזערע קרובֿים אין לעטלאַנד, וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן און וועגן אַן אַנדערער קרובֿה, וואָס האָט איבערגעלעבט און אָפּגעגעבן אַ גבית־עדות. כאָטש די עדות לעבט ניט מער, האָב איך זיך לעצטנס באַקענט מיט איר אייניקל און איר משפּחה.

Yad Vashem Central Database of Shoah Victims’ Names

//www.db.yadvashem.org/names/search.html?language=en

און נאָך…

אַחוץ די דאָזיקע אויבן־דערמאָנטע רעסורסן, זענען דאָ נאָך אַ סך אַנדערע — און בפֿרט אַז מען לייענט ייִדיש! איך וועל אויסרעכענען נאָר אַ פּאָר קאַטעגאָריעס.

וועגן נעמען:

Beider, Alexander. Ashkenazic Given Names

A dictionary of Jewish surnames from Galicia

A dictionary of Jewish surnames from the kingdom of Poland

A dictionary of Jewish surnames from the Russian Empire

Faiguenboim, Guilherme

Dicionário sefaradi de sobrenomes

צו געפֿינען די מענטשן פֿון אַ שטאָט, וואָס האָבן אונטערגעשטיצט די ספֿרים (אַז מען געפֿינט דעם ספֿר, געפֿינט מען זייערע נעמען) ניצט:

כּהן, בערל. ספֿר הפּרענומעראַנטן: וועגווײַזער צו פּרענעמערירטע העברעיִשע ספֿרים און זייערע חותמים פֿון 8, 767 קהילות אין אייראָפּע און צפֿון־אַפֿריקע https://archive.org/details/nybc212411

היסטאָרישע ייִדישע צײַטונגען (אויף כּלערליי שפּראַכן): //www.nypl.org/blog.2015/03/26/guide-jewish-periodicals

און בײַ זיך:

פֿאַרגעסט ניט אײַערע אייגענע דאָקומענטן: בילדער, בריוו, טאָג־ביכער, ספֿרים און אַנדערע חפֿצים פֿון דער משפּחה. אינטערוויויִרט אײַערע עלטערן, זיידע-באָבעס, עלטערע קרובֿים און גלאַט ייִדן פֿונעם עלטערן דור. לייענט זכרונות!

זעלטן געפֿינט מען אַ גאַנצע ביאָגראַפֿיע, אַפֿילו אַז מען איז אַ גוטער דעטעקטיוו, אָבער עס איז טאַקע מעגלעך צו געפֿינען כאָטש עפּעס פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, וואָס וועט אונדז העלפֿן צו פֿאַרשטיין דעם הײַנט.

האָט איר פֿאָרש־פֿראַגעס? שרײַבט מיר אָן: amandaseigel@nypl.org