Vayter

נײַע נעמען אין דער ייִדישער לינגוויסטיק

New names in Yiddish linguistics

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
איציק בלימאַן

ס‘איז ניט קיין נײַעס, אַז ייִדישע לינגוויסטיק פֿאַרנעמט הײַנטיקע טעג זייער אַ באַשיידן אָרט אין די ייִדישע לימודים. מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, און אַפֿילו אַ ביסל שפּעטער, האָט דאָס בילד אויסגעזען גאַנץ אַנדערש: אי מען האָט פּראָדוצירט מער אַקאַדעמישע פּראָדוקציע, אי ס‘איז פֿריילעכער געווען אין דעם שפּראַכקענערישן שטעטל — מע האָט זיך געקריגט, ממש געריסן שטיקער איינער פֿון דעם אַנדערן.

וואָס זײַנען געווען די סיבות פֿאַר אַזאַ ביטערער קריגערײַ? קודם-כּל, איז זייער אָנגעווייטיקט געווען די פֿראַגע: וווּ, ווען און ווי אַזוי איז אויפֿגעקומען די ייִדישע שפּראַך? איז דער יסוד אירער טאַקע אַ גערמאַנישער צי גאָר אַ סלאַווישער? און צווייטנס, אפֿשר נאָך מער אָנגעווייטיקט, איז געווען דער ענין פֿון דעם „שטומען אַלף‟. אַרום דעם דאָזיקן „אַלף‟, נעבעך, האָבן זיך געפֿירט זייער הייסע באַטאַליעס, אין וועלכע קיין געפֿאַנגענע האָט מען ניט גענומען.

שפּעטער איז דאָס שלאַכטפֿעלד געוואָרן כּמעט אין גאַנצן פּוסט. אַן אומעט האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אויף די אַמאָליקע טראַנשעען, פֿול מיט צעוואָרפֿן און פֿאַרזשאַווערט כּלי-זיין. דאָ און דאָרטן איז יאָ עפּעס געשען, אָבער אָן דעם געוועזענעם טראַסק און פֿײַער. דער עולם איז פֿון די טראַנשעען אַוועק. אייניקע פֿירן אַן ערנסטע אַקאַדעמישע אַרבעט, די אַנדערע האָבן אין גאַנצן אַוועקגעמאַכט מיט דער האַנט אויף דער דאָזיקער באַשעפֿטיקונג; לאַנג צוריק אויפֿגעהערט שאַפֿן אַקאַדעמישע אַרבעטן און גענומען טאָן עפּעס אַנדערשס, וווּהין די נשמה האָט זיי אַ צי געטאָן — למשל, שרײַבן לידער אָדער פֿירן עפּעס אַ כּמו-געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט.

אָבער בינו-לבינו ווײַזט סימנים פֿון לעבן אַ נײַ פֿעלד פֿון ייִדישער לינגוויסטיק. אַ דאַנק דער לאַנגער הפֿסקה, האָבן די יונגע מענטשן, וואָס באַפֿעלקערן ביסלעכווײַז דאָס דאָזיקע פֿעלד, ירשענען ניט (דאַכט זיך!) דעם קלאַפּער-געצײַג פֿון אַמאָל, בפֿרט די פּסיכאָפּאַטישע מיליטאַנטישקייט, וועלכע האָט זיך אָפֿט מאָל געפֿילט זייער בולט אויף דעם אַלטן שפּראַכקענערישן „שלאַכטפֿעלד‟. דאָס איז באמת אַ צופֿרידנשטעליקע דערשײַנונג.

מיר געפֿעלט, אַ שטייגער, די רויִקע אַרבעט, וועלכע עס פֿירט איציק בלימאַן, הײַנט אַ סטודענט אין דעם לינגוויסטישן אָפּטייל פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. קוקט אַרײַן אין זײַן וועבזײַטל (זען leyenzal.org). אויף וויפֿל איך ווייס, וועט דער „פֿאָרווערטס‟ אין גיכן דערציילן פּרטימדיק וועגן זײַן פּראָיעקט, דערפֿאַר וועל איך שטעלן דאָ אַ פּונקט.

אויב מיט איציק בלימאַנען בין איך באַקאַנט פּערזענלעך, האָב איך ניט געהאַט די זכיה זיך צו טרעפֿן מיט נטע אַבוגאָוו (אבוגוב), דער יונגער ישׂראלדיקער פֿאָרשערין, וועלכע געפֿינט זיך הײַנטיקע טעג אין אַנטווערפּן, ווי אַ פּאָסט-דאָקטאָראַלע מיטאַרבעטערין בײַ דעם לינגוויסטישן אָפּטייל און דעם אינסטיטוט פֿון ייִדישע שטודיעס. מיר געפֿעלט זייער שטאַרק איר פּראָיעקט צוצוגרייטן אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן זשורנאַל פֿאַר סאָציאָלאָגיע פֿון שפּראַך‟ , געווידמען דעם חסידישן ייִדיש.

מיר ווייסן, אַז דווקא זיי, די חסידים, שאַפֿן הײַנט די שטאַרקסטע ייִדיש-רעדנדיקע סבֿיבֿה. אָבער זייער ווייניק איז דערווײַל אויפֿגעטאָן געוואָרן, כּדי צו באַשרײַבן זייער שפּראַך. דערפֿאַר איז אַזוי וויכטיק צו האָבן אַ געראָטענע קאָלעקטיווע פֿאָרשונג, וועלכע קען אַרויסגיין פֿון ד‟ר אַבוגאָווס פּראָיעקט, בפֿרט אין אַ זשורנאַל, וווּ דער הויפּט-רעדאַקטאָר איז די אָנגעזעענסטע פֿיגור אין דעם פֿעלד, פּראָפֿעסאָר שיקל פֿישמאַן.