Vayter

דער אייפֿערזיכטיקער אַרענדאַר

The Jealous Tenant-Farmer

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

ס’איז אַמאָל געווען אַ רײַכער אַרענדאַר. האָט ער געהאַט זייער אַ שיין ווײַבל. ווי באַוווּסט, איז אַ שיין ווײַבל אַ לאָך אין קאָפּ בײַ איר מאַן. האָט ער מורא געהאַט זי אַרויסצולאָזן אַליין פֿון שטוב, קיין בייז אויג זאָל איר ניט שאַטן. אַז זי האָט געדאַרפֿט ערגעץ גיין, איז ער מיט איר געגאַנגען, אָדער ער האָט מיטגעשיקט זײַן משרת זי צו באַלייטן.

איין מאָל האָט זי געדאַרפֿט גיין אין מיקווה, און סײַ דער מאַן און סײַ זײַן משרת זײַנען געווען אויפֿן יריד אין סאָראָקע. האָט זי זיך אַרויסגעכאַפּט פֿון שטוב קיינער זאָל זי ניט זען און איז אַליין אַוועק אין שטאָט אַרײַן.

אויפֿן וועג איז זי פֿאַרבײַ דעם שלאָס, וווּ דער פּריץ האָט געוווינט. אַלע אַרום האָבן געוווּסט, אַז דער פּריץ האָט אַ שוואַכקייט צו יעגער־הינט און צו שיינע ווײַבער. אין דער צײַט, וואָס ער האָט זיך נישט געיאָגט מיט זײַנע הינט נאָך אַ האָז אָדער אַ פֿוקס, פֿלעג ער פֿאַרקריכן העט־אויבן אויפֿן בוידעם און דורך אַ פֿענצטערל, מיט אַ ווײַטזיכרער אַרויסגעקוקט אויף אַ שיינער פּויערטע פֿון זײַנע דערפֿער. אַוודאי, האָט ער דערזען דעם אַרענדאַרס ווײַבל אויפֿן שמאָלן וועג אין שטאָט אַרײַן, און האָט באַלד געהייסן זײַנע באַדינערס זי כאַפּן און ברענגען אין שלאָס אַרײַן.

זײַנען די בראַווע געזונטע שקצים אַרויס אויפֿן וועג, זי געכאַפּט און מיט גוואַלד אַרײַנגעשלעפּט אין שלאָס אַרײַן. איז דער פּריץ צו איר צוגעגאַנגען און אָנגעהויבן רעדן צו איר זיסע רייד, ווי ער האָט שוין געקענט. ער האָט איר געזאָגט, אַז ער איז שרעקלעך פֿאַרליבט אין איר, אַז ער קען נישט לעבן אָן איר, און אויב זי וועט ווערן זײַן געליבטע, וועט זי גיין אָנגעטאָן אין שענסטע קליידער, און טראָגן די טײַערסטע בריליאַנטן און אַנדערע אַזעלכע זאַכן.

האָט דאָס ווײַבל געזען, אַז עס האַלט שמאָל. זי איז אַרײַנגעפֿאַלן אין הענט, וואָס אַרויסצורײַסן זיך פֿון זיי איז גאָר ניט פּשוט. דעם אַרענדאַרס ווײַב איז אָבער געווען ניט נאָר שיין, נאָר אויך קלוג. איז זי געפֿאַלן אויף אַ המצאה. זאָגט זי דעם פּריץ: „דו קענסט מיט מיר טאָן אַלץ, וואָס דו ווילסט, נאָר מיט איין באַדינג.‟ האָט זיך דער פּריץ דערפֿרייט — ס’איז דען דאָ אַזאַ זאַך אויף דער וועלט, וואָס ער קען עס ניט אויספֿירן?! רופֿט זיך אָן דעם אַרענדאַרס ווײַב: „איך האָב שטענדיק געוואָלט האָבן אַ פֿוקסענעם קאָלנער אויף מײַן מאַנטל, אָבער מײַן מאַן איז אַ גרויסער קמצן. האָט ער געהאַט אַ תּירוץ, אַז ייִדישע טעכטער טראָגן ניט קיין טרייפֿענע זאַכן!‟

ווען דער פּריץ האָט עס דערהערט, האָט אין אים אויפֿגעשפּילט די יעגערישע גאווה: „בײַ מיר וועסטו האָבן נישט בלויז אַ פֿוקסענעם קאָלנער, נאָר אַ פֿוקסענעם פּעלץ!‟ — און ער האָט באַלד געהייסן זײַנע באַדינער אַרויסצוטרײַבן די הינט צום געיעג.

אַז דער פּריץ איז אַוועק פֿון זײַן שלאָס, מיט אַלע זײַנע באַדינער און הינט, איז דאָס ווײַבל זיך גענומען אַרומצוקוקן, אַרײַנקוקן אין אַלע צימערן און עפֿענען אַלע טירן, ביז זי האָט געפֿינען אַ געהיימע טיר. ס’איז דאָך באַוווּסט, אַז אַלע שלעסער האָבן אַ געהיימע טיר; אַז ס‘איז נייטיק, קען מען דורך איר אַנטלויפֿן. אַזוי איז עס טאַקע געשען מיטן אַרענדאַרס ווײַבל. דורך דער טיר איז זי אַרויס אין אַ הינטערשטן הויף, און ווײַטער, ווי מע זאָגט, האָבן זי שוין די פֿיס אַליין געבראַכט אין דאָרף אַרײַן, וווּ איר מאַן איז געווען אַן אַרענדאַר.

ווען זי איז בשלום אַהיים געקומען, האָט זיך שוין צו יענער צײַט געהאַט אומגעקערט איר מאַן פֿונעם יריד. פֿרעגט ער זי אויס, וווּ איז זי געווען די גאַנצע צײַט? האָט זי אים אַלץ דערציילט, וואָס ס’האָט מיט איר געטראָפֿן: אַז אויפֿן וועגן אין שטאָט אַרײַן, צו דער מיקווה, זײַנען זי באַפֿאַלן דעם פּריצעס באַדינער און זי בגוואַלד געבראַכט אין שלאָס אַרײַן; ווי דער פּריץ האָט זי צוגערעדט צו ווערן זײַן געליבטע, אָבער זי האָט געפֿינען אַ תּירוץ אים אַוועקצושיקן פֿונעם שלאָס, צוזאַמען מיט זײַנע באַדינער; און אַליין, דורך אַ געהיימער טיר, אַנטלאָפּן פֿונעם שלאָס.

דער מאַן האָט איר קיין זאַך ניט געוואָלט גלייבן. ער האָט שוין אַפֿילו ניט געוואָלט וווינען מיט איר אונטער איין דאַך. איז געבליבן, אַז זיי זאָלן זיך גטן. וווּ גט מען זיך? אין שטאָט בײַם רבֿ.

אויפֿן וועג אין שטאָט האָט זיי פֿאַרכאַפּט אַ שלאַק־רעגן. עס האָט געגאָסן, ווי פֿון עמערס. זײַנען זיי אַרײַן אין אַ קרעטשמע. זיצן זיי שוין אַזוי בײַ אַ טישל און טרינקען טיי. פּלוצעם הערט זיך אַ שיכּורער געשריי: „אָט זיצט זי גאָר דאָ, די זשידאָווקע!‟ דער אַרענדאַר מיט זײַן ווײַב האָבן זיך אומגעקוקט. זי האָט גלײַך דערקענט אין דעם שיכּורן גוי דעם באַדינער, וואָס דער פּריץ האָט אים איבערגעלאָזט צו באַוואַכן זײַן גאַסטין. און דער גוי שרײַט דערווײַל ווײַטער:

„זי נאַרט אָפּ דעם פּריץ, און איך פֿאַל אַן אומזיסטיקער קרבן!‟

דערהערט די רייד, האָט דער אַרענדאַר געכאַפּט זײַן ווײַב און געמאַכט פּליטה. זינט דעמאָלט האָט דער אַרענדאַר אויפֿגעהערט צו הייפֿערן זײַן ווײַב און זיי האָבן אויסגעלעבט זייערע יאָרן אין גליק און שפֿע.


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.