Vayter

דאָס שטאַרקע ייִנגל (סוף)

The Powerful Boy (The End)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

דאָס ייִנגל האָט אָבער געוווּסט דעם וועג אין וואַלד, איז ער געגאַנגען בלינדערהייט ביז ער האָט אָנגעטראָפֿן אויף אַ בעטלער. פֿרעגט אים דער בעטלער: „וווּהין גייסטו?‟ האָט אים דאָס ייִנגל געענטפֿערט, אַז אַ בלינדער גייט אַהין, וווּ זײַנע פֿיס פֿירן אים. „ווייסטו וואָס, — האָט אים געזאָגט דער בעטלער, — לאָמיר אַרומגיין איבער שטעט און שטעטלעך צוזאַמען. עס זײַנען נאָך דאָ גוטע מענטשן, וועט מען אונדז געבן אַ ביסן איבערצוקומען אַ טאָג‟.

און אַזוי זײַנען דאָס ייִנגל מיטן בעטלער אַרומגעגאַנגען איבער דער וועלט, וווּ געטאָגט, ניט גענעכטיקט, און גוטע מענטשן האָבן זיי ניט געלאָזט אויסצוגיין פֿאַר הונגער. ניט איין יאָר איז אַוועק, אָבער וויפֿל גענוי, האָט קיינער ניט געציילט.

איין מאָל, ווען זיי זײַנען אָנגעקומען אין אַ נײַער שטאָט, זאָגט דער בעטלער דעם ייִנגל: „ווייסטו וואָס, דאָ וווינט אַ רײַכער סוחר, האָט ער אַ טאָכטער. צעטיילט זי יעדן זונטיק גוטע נדבֿות.‟ זאָגט דאָס ייִנגל: „זי האָט, זעט אויס, אַ גוט האַרץ‟. האָט דער בעטלער אים דערציילט: „מיט יאָרן צוריק האָבן זי פֿערציק ריזן צוגעגנבֿעט. דער סוחר האָט צוגעזאָגט מיליאָנען, מע זאָל זײַן טאָכטער געפֿינען און ראַטעווען; אָבער קיינער, ווער ס’האָט זיך געלאָזט זײַן טאָכטער זוכן, האָט זיך צוריק ניט אומגעקערט. און שטעל זיך פֿאָר, אין אַ טאָג האָט זי געבראַכט צו פֿירן אַ קליין ייִנגל. ער אַליין האָט געראַטעוועט דעם סוחרס טאָכטער פֿון די ריזן!‟

אַז דאָס ייִנגל האָט דערהערט די מעשׂה, האָט ער זיך דערמאָנט אינעם מיידל; זי האָט אים דאָך געגעבן בײַם געזעגענען זיך אַ מתּנה — אַ גאָלדן רינגל. „וואָס זשע, — האָט געפֿרעגט דאָס ייִנגל, — האָט דעם סוחרס טאָכטער שוין חתונה געהאַט?‟ האָט דער בעטלער זיך צעלאַכט: „ניין, זי וואַרט נאָך אַלץ, אַז דאָס ייִנגל, וואָס האָט זי געראַטעוועט, זאָל קומען, וועט זי מיט אים חתונה האָבן. אַ נאַרישע מויד!‟

און דאָס ייִנגל מיטן בעטלער האָבן זיך געלאָזט גיין צום סוחרס הויז. אויפֿן וועג האָט דאָס ייִנגל איבערגעדרייט דאָס רינגל אַזוי, אַז דער נאָמען פֿונעם מיידל זאָל זיך ניט אָנזען, און זי זאָל אים ניט דערקענען. אָנגעקומען צום סוחרס הויז, זײַנען זיי געבליבן שטיין בײַ דער טיר, ביז ס’איז צו זיי אַרויסגעקומען דעם סוחרס טאָכטער. זי האָט געגעבן דעם בעטלער אַ מטבע און דעם בלינדן יונג אַרײַנגעלייגט אין דער האַנט אַ מטבע. האָט דאָס רינגל אָ בליץ געטאָן אויף דער זון, און זי האָט דערזען איר נאָמען, אויסגעקריצט אויפֿן רינגל. „ווער ביסטו?‟ — האָט דאָס מיידל שיִער ניט אויסגעשריִען. האָט דער בלינדער יונג שוין געמוזט זאָגן, ווער ער איז, און אַז ער האָט זי געראַטעוועט פֿון די פֿערציק ריזן.

האָט זי אים גענומען בײַ דער האַנט און אַרײַנגעפֿירט אין הויז אַרײַן. „טאַטע, — האָט דאָס מיידל געזאָגט, — דאָס ייִנגל האָט מיך געראַטעוועט פֿון טויט, און איך האָב צוגעזאָגט חתונה האָבן מיט אים‟.

דערזען מיט וועמען זײַן טאָכטער וויל חתונה האָבן, האָט ער אָנגעהויבן וויינען און קלאָגן: „טאָכטער, וואָס ווילסטו טאָן? ער איז דאָך בלינד, ווי קענסטו מיט אים חתונה האָבן? כ’וועל אים בעסער געבן אַ פֿאַרמעגן, ער זאָל קענען לעבן רויִק זײַן גאַנץ לעבן‟. האָט די טאָכטער געזאָגט: „ניין, טאַטע, איך מוז מיט אים חתונה האָבן; אויב דו לאָזסט מיך ניט גיין מיט אים צו דער חופּה, וועל איך מיט אים אַוועק אין דער וועלט אַרײַן. ער איז מײַן באַשערטער!‟ דער פֿאָטער האָט איר אָבער ניט געוואָלט נאָכגעבן. בײַ נאַכט האָט זי זיך איבערגעדרייט אירע קליידער אויף דער לינקער זײַט, זי זאָל אויסזען אָרעם, ווי אַ בעטלערין, און אַזוי איז זי מיטן ייִנגל אַוועק אין דער וועלט אַרײַן.

זײַנען זיי אַזוי לאַנג געגאַנגען, ביז זיי זײַנען געקומען אין אַ וואַלד אַרײַן. האָבן זיי זיך אַוועקגעזעצט בײַ אַ קוואַל וואַסער זיך אָפּרוען און עפּעס אָפּעסן. האָט זי געזאָגט צום ייִנגל: „ליבער מײַנער, גיב מיר דאָס זײַדן טיכל וואָס דו טראָגסט אויפֿן האַלדז, וועל איך דיך אַ ביסל אַרומוואַשן‟. און דאָס זײַדן טיכל איז דאָך געווען אַ מתּנה פֿונעם אַרענדאַרס מיידל, וואָס ער האָט זי אויך געראַטעוועט פֿונעם בייזן קאָלדון־מכשף. זינט דעמאָלט האָט ער עס געטראָגן אַרומגעבונדן אַרום האַלדז, ווי דאָס מיידל האָט אים אָנגעזאָגט.

איצט, אַז דעם סוחרס טאָכטער האָט אים אַרומגעווישט דאָס פּנים און די אויגן מיטן טיכל, אײַנגענעצט אינעם וואַסער פֿון קוואַל, האָט ער פּלוצעם אויסגעשריִען: „ס’דאַכט זיך מיר, אַז איך זע די שײַן פֿון דער זון!‟ ווי דאָס מיידל האָט עס דערהערט, איז זי שוין געזעסן מיט אים בײַם וואַסער־קוואַל איין טאָג, אַ צווייטן טאָג און אַ דריטן טאָג, געוואַשן אים מיטן טיכל די אויגן, ביז איר באַשערטער איז צוריק זעענדיק געוואָרן.

איצט האָבן זיי זיך ביידע אומגעקערט אַהיים צום סוחר, און אַז ער האָט געזען, אַז דאָס ייִנגל איז צוריק זעענדיק געוואָרן, האָט ער אײַנגעשטימט, די טאָכטער זאָל מיט אים חתונה האָבן. און זיי האָבן חתונה געהאַט.

אין אַ וואָך אַרום, האָט דאָס ייִנגל זיך געזעגנט מיט זײַן יונג ווײַבל, זיך געהייסן אָנזאָטלען אַ פֿערד און איז געפֿאָרן זען, וואָס זײַן מאַמע מאַכט. ווי ער איז נאָר צוגעקומען צום פּאַלאַץ, איז ער אַראָפּ פֿונעם פֿערד און זיך באַהאַלטן הינטער אַ בוים. זעט ער, ווי זײַן מוטער גייט אין אָרעם געשלאָסן מיט דעם מכשף שפּאַצירן. האָט ער איבערגעוואַרט ביז די נאַכט איז צוגעפֿאַלן, און די מוטער מיטן מכשף זײַנען געגאַנגען שלאָפֿן. זיי האָבן אַרונטערגעדרייט דעם קנויל פֿונעם לאָמפּ און ס’איז געוואָרן אין פּאַלאַץ פֿינצטער. דעמאָלט איז דאָס ייִנגל אַרײַן דורכן פֿענצטער אינעם שלאָפֿצימער, שטילערהייט אַראָפּגענומען פֿון דער וואַנט דאָס זייבעלע און עס אָנגעטאָן אויף זײַן לײַב.

אַזוי האָט זיך צו אים ווידער אומגעקערט דאָס גיבורישע כּוח. ער האָט אַרויסגעדרייט דעם קנויל פֿונעם לאָמפּ, אַז דאָס לאָמפּגלעזל זאָל פּלאַצן און אויפֿוועקן די מוטער מיטן מכשף. און דאָס גלעזל האָט טאַקע געפּלאַצט. האָט דער ריז זיך אויפֿגעכאַפּט און זיך אַ וואָרף געטאָן צו דער וואַנט, וווּ ער האָט פֿריִער אויפֿגעהאָנגען דאָס זייבעלע. אָבער דאָס זייבעלע איז שוין אויף דער וואַנט ניט געהאָנגען.

ווען דאָס ייִנגל האָט דערהרגעט דעם בייזן קאָלדון־מכשף, איז אויך דער כּישוף פֿון זײַן מוטער אַראָפּ. אַ פֿאַרחידושטע, האָט זי געקוקט אויף דעם יונג, וואָס איז געשטאַנען אַנטקעגן איר, און וואָס האָט אַזוי געסאַמעוועט* אויף איר אומגעקומענעם מאַן. „מאַמע, — האָט דער יונגער־מאַן זי אַ רוף געטאָן, — דאָס בין איך, דײַן זון!..‟

זיי האָבן זיך אַלע באַזעצט אינעם פּאַלאַץ: דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק און די מוטער. געלעבט גליקלעך און שטענדיק געדענקט, אַז אויף דער וועלט זײַנען דאָ מענטשן, וואָס נייטיקן זיך אין זייער הילף.

זיי איז גוט,
און אונדז איז נאָך בעסער!
זיי עסן דעם קוגל,
און מיר לעקן דאָס מעסער.


* געסאַמעוועט — זײַן ענלעך


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.