Vayter

איין יאָר אין ייִדישן לעבן

A Year of Living Jewishly

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיט איבער צען יאָר צוריק האָב איך אין משך פֿון עטלעכע חדשים געוווינט אין בערלין — געלייענט דאָרטן אַ פּאָר קורסן אין אוניווערסיטעט און פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין די היגע ביבליאָטעקן. פֿון דעמאָלט אָן פֿיל איך זיך מער אָדער ווייניקער אין דער היים אין דער שטאָט, כאָטש איך קען ניט זאָגן, אַז איך קום אַהין זייער אָפֿט. יענע חדשים האָבן איבערגעלאָזט אַ שפּור אין מײַן לעבן און, נאָך מער, אין מײַן פֿאָרשונג.

געוווינט האָב איך אין דער דירה פֿון אַ קאָלעגע, וואָס איז פּונקט דאַן געווען אין אויסלאַנד. די דירה איז געווען אַ גרויסע און פֿול געפּאַקט מיט ביכער. האָב איך, פֿאַרשטייט זיך, דורכגעקוקט אַלע פּאָליצעס, און אייניקע ביכער איבערגעלייענט. אויף איינער פֿון די פּאָליצעס האָב איך דערזען אַ באַנד, געווידמעט אַן איין און איינציק יאָר אין דער דײַטשישער געשיכטע. און די אידעע פֿון מאַכן אַן ענלעכע פֿאָרשונג אין דער ייִדישער געשיכטע האָט געפֿונען אַן אָרט אין מײַן קאָפּ.

אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן. אין עטלעכע יאָר אַרום, שוין אין ניו-יאָרק, האָט זיך באַוויזן אַ מעגלעכקייט דורכצופֿירן אַ קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט זיך טאַקע קאָנצענטרירט אויף איין יאָר — 1929. מײַנע קאָלעגן אין ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט האָבן אונטערגעהאַלטן די אידעע. פֿאַר וואָס דווקא 1929? ווײַל אין דעם יאָר זײַנען פֿאָרגעקומען אַ סך וויכטיקע געשעענישן. אין אַמעריקע איז עס געווען דער אָנהייב פֿון דעם „דעפּרעסיע‟-יאָרצענדליק. אין רוסלאַנד און, בכלל, אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג האָט סטאַלין גענומען פֿעסט די לייצעס אין זײַנע הענט. אין ארץ-ישׂראל זײַנען געשען בלוטיקע פּאָגראָמען.

די קאָנפֿערענץ האָט זיך באַקומען אַ געראָטענע, אַזוי אַז ס’איז געווען לאָגיש צו מאַכן אַ באַנד, באַזירט אויף די רעפֿעראַטן. דער באַנד איז נאָר וואָס אַרויס און מע קען אים זען //nyupress.org/books/book-details.aspx?bookId=2697#.UfZ1RtK-oTc. אַגבֿ, די הילע האָט מען געמאַכט אויפֿן סמך פֿון אַ מאַפּע, אויף וועלכער איך האָב זיך אַמאָל אָנגעשטויסן אין „פֿאָרווערטס‟. צום יאָר 1929 האָט די מאַפּע געהאַט אַ קנאַפּ שײַכות — די צײַטונג האָט עס פֿאַרעפֿנטלעכט, כּדי די לייענער זאָלן קענען זיך בעסער אָריענטירן אין די נײַעס פֿון אייראָפּע, וווּ עס האָט זיך צעברענט דאָס מערדערישער פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

עטלעכע קאַפּיטלען אין דעם באַנד זײַנען געווידמעט פֿאַרשיידענע פֿראַגן פֿון ייִדישער קולטור. יוסף שערמאַן (אַלע אַנדערע מחברים פֿון דעם באַנד אויף לאַנגע יאָרן) האָט צוגעגרייט אַ פֿאָרשונג, איינע פֿון די לעצטע אין זײַן לעבן, וועגן יצחק באַשעוויס-זינגערס באַציִונג צו מאָדערניזם. מיכאל קרוטיקאָוו האָט געשאַפֿן אַן אַנאַליטישן איבערזיכט פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט. און עריק גאָלדשטיין האָט פֿאָרגעלייגט זײַן אַנאַליז פֿון דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיט ייִדיש און ייִדישער קולטור באַשעפֿטיקן זיך אויך קאַפּיטלען, אָנגעשריבן דורך הענרי סרעברעניק און אַני-הקטן.