Vayter

ייִדישע שרײַבער אויף דער מאַפּע פֿון ניו-יאָרק

Yiddish writers on the map of New York

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

מיט עפּעס אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן קיין „קאָאָפּ-סיטי‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער בראָנקס און שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם גרעסטן אין דער גאָרער וועלט קאָאָפּעראַטיוון דירה-קאָמפּלעקס. דאָרטן האָבן איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ קליינער געגנט, וואָס איז אָנגערופֿן געוואָרן מיט שלום אַשס נאָמען.

אָנגעהויבן בויען האָט מען די „קאָאָפּעראַטיווע שטאָט‟ אין די מיט-1960ער יאָרן, און אין יולי 1967, צום צענטן יאָרצײַט פֿון שלום אַשס פּטירה, האָט מען איינע פֿון די סעקציעס אירע אָנגערופֿטן מיט דעם שרײַבערס נאָמען. דעמאָלט זײַנען אַ סך דאָרטיקע תּושבֿים געווען ייִדן. הײַנט איז דער דעמאָגראַפֿישער פּרצוף דאָרטן אַן אַנדערער. ס’רובֿ איצטיקע אײַנוווינער האָבן קיין אַנונג ניט, ווער דער דאָזיקער מענטש — מיטן נאָמען אַש — איז געווען.

דאָס איז ניט דער איינציקער נאָמען פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, וואָס מע געפֿינט אויף דער ניו-יאָרקער מאַפּע. דער שטח פֿון דער 33סטער גאַס, צווישן דער פּאַרק-עוועניו און מעדיסאָן-עוועניו, וווּ עס האָט זיך פֿריִער געפֿונען די רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, טראָגט דעם נאָמען פֿון שלום-עליכמען. אָנגערופֿן האָט מען עס אַזוי אין יאָר 1996.

נאָך פֿריִער, אין נאָוועמבער 1952, האָט זיך אין ניו-יאָרק באַוויזן אַן אָרט, וואָס טראָגט נאָך הײַנט דעם נאָמען פֿון י. ל. פּרצן. דאָס דאָזיקע אָרט געפֿינט זיך דאָרטן, וווּ עס באַגעגענען זיך די ערשטע גאַס, די ערשטע עוועניו און האַוסטאָן-גאַס. אַזוי האָט מען אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דעם ייִדישן קלאַסיקער. די איניציאַטיוו איז געקומען, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, פֿון דעם ניו-יאָרקער ייִדישן שרײַבער-פֿאַראיין, וואָס האָט אויך געטראָגן פּרצעס נאָמען.


Permalink | | Share | Email | Print

The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.




Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:













We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.