Vayter

100 יאָר מאָדערנעם ייִדישן אויסלייג

100 years of Modern Yiddish Spelling

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
אַ נומער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ פֿון יאָר 1903, ניצנדיק די אַלטע ייִדישע אָטאָגראַפֿיע

הײַנט אין דער פֿרי, בײַם עסן אָנבײַסן, האָב איך, ווי מײַן שטייגער איז, געקוקט די נײַעס פֿון “בי-בי-סי” (כ’בין אין אָקספֿאָרד איצט). קודם-כּל, האָט מען מיר געזאָגט, אַז אַזאַ מיאוסן פֿרילינג האָט דאָס לאַנד שוין ניט געזען אין משך פֿון פֿופֿציק יאָר. אָבער אַז מע לעבט, דערלעבט מען – הײַנט דערוואַרט מען דעם וואַרעמסטן טאָג הײַיאָר, אַזש 20 גראַד (אָדער 68 גראַד, אויב איר טראַכט אין פֿאַרענהײַט). דערצו וועט מען זיך באַגיין (אַזוי זאָגט מען צו) אָן אַ רעגן.

און דערנאָך איז מען אַריבער צו אַן אַנדער טעמע: אויסלייג. ענגליש איז אין דעם זין אַ געוואַלדיק קאָנסערוואַטיווע שפּראַך. אָפֿט מאָל האָט דער אויסלייג ניט קיין שום לאַגיק, לכל-הפּחות פֿאַרן עולם, וואָס גריבלט זיך ניט אין דער עטימאָלאָגיע פֿון דעם אָדער יענעם וואָרט. פֿאַר וואָס דאַרף מען אויף ענגליש שרײַבן “דײַטשמעריש” chutzpah, אָבער אויסרעדן עס מיט אַ “כ” און ניט מיט אַ “טש”? אמת, איין מאָל איז מיר אויסגעקומען צו הערן אויפֿן ראַדיאָ “טשוצפּאַ”.

דערווײַל האָב איך זיך געכאַפּט, אַז הײַיאָר קענען מיר אָפּמערקן דעם 100-יאָריקן יוביליי פֿון אונדזער הײַנטיקן ייִדישן אויסלייג. אין יאָר 1913 האָט בער באָראָכאָוו, וועמען מע האַלט פֿאַרן גרינדער פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע, פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן פּראָיעקט פֿון באַפֿרײַען די ייִדישע אָרטאָגראַפֿיע פֿון דער איבערמאָסיקער השפּעה פֿון דײַטש. און אייניקע אַנדערע זאַכן און זאַכעלעך האָט יענער פּראָיעקט פֿאָרגעלייגט. הײַנט שרײַבן מיר מער אָדער ווייניקער לויט באָראָכאָוון, מיט געוויסע מאָדיפֿיקאַציעס געמאַכט אין ייִוואָ.

אָט ווי עס האָט אויסגעזען דער אויסלייג פֿון “פֿאָרווערטס” (איך האָב עס גענומען פֿון אַן אַרטיקל געדרוקט אין יאָר 1916):

“עס איז שוין היינטיגע צייטען ניט מעהר נויטיג צו שרייבען ארטיקלען אום צו בעווייזן, אז רעליגיאָן און נאציאָן זיינען ניט איינע און די זעלבע זאך.”

הײַנט וואָלט עס אויסגעזען אַנדערש:

“עס איז שוין הײַנטיקע צײַטן ניט מער נייטיק צו שרײַבן אַרטיקלען אום (אָדער כּדי) צו באַווײַזן, אַז רעליגיע און נאַציע זײַנען ניט איינע און די זעלבע זאַך.”

אין יאָר 1956 האָט זיך אין “פֿאָרווערטס” געפֿירט אַ דיסקוסיע וועגן אַריבערגיין אויף דעם “נײַעם” אויסלייג. איך ברענג דאָ בלויז איין בריוו, געדרוקט דעם 1טן פֿעברואַר 1956 (איך היט דאָ אָפּ דעם אויסלייג פֿונעם אָריגינאַל):

ווערטער רעדאַקטאָר.

ערלויבט מיר צו זאָגען מיין מיינונג אין דער דעבאַטע וועגען דעם אויסלייג פון דער אידישער שפּראַך, וואָס געוויסע פּערזאָנען ווילען מאָדערניזירן, דאָס הייסט, איבעראַנדערשען, ווייל עס געפעלט זיי ניט דער אויסלייג פון די ווערטער ווי זיי ווערען געשריבען אין די אידישע צייטונגען.

עס איז שוין דריי פערטעל יאָרהונדערט ווי אין אַמעריקע עקזיסטירט אַ אידישע פּרעסע. מיר האָבן דאָ אידישע צייטונגען מיט זעהר גוטע שרייבער, וואָס שרייבען אינטערעסאַנטע און באַלערענדע אַרטיקלען. יעדער שרייבער אין “פאָרווערטס” איז אַ ספּעציאַליסט אין זיין פאַך. עס איז אַ פאַרגעניגען צו לייענען זיי און די לעזער זיינען צוגעוואוינט צו דעם אידיש, וואָס אונזערע שרייבער שרייבען און זיי האָבן גרויס הנאה פון זייער שרייבען. איז צו וואָס מאַכן אַן ענדערונג אין דעם אויסלייג פון די ווערטער? מיר איז אויסגעקומען צו לייענען דעם “מאָדערנעם אידיש”, און וואָס זאָל איך זאָגען? דאָס איז ניט קיין אידיש. מיר אַלע ווייסען, אַז אויף אונזער פּראָסטען אידיש האָבן געשאַפען די גרעסטע ווערק אונזערע גרויסע קלאַסיקער. אויב אונזער פּשוטער מאַמע-לשון איז געווען גוט פאַר אַזעלכע קינסטלער ווי מענדעלע, פּרץ, רייזען, שלום עליכם און אַנדערע באַרימטע שרייבער, איז דאָס דער בעסטער באַווייז, אַז עס איז גאָר ניט דער מער מיט דעם אויסלייג פון די ווערטער אין דער אידישער שפּראַך. איז לאָמיר טאַקע לאָזן צורוה אונזער אידיש, און ניט מאַכן קיינע ענדערונגען.

סיימאָן בראַנינסקי

ברוקלין, נ.י.