Vayter

אַ פּריץ און אַ גלח

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

געלעבט האָט אַ מאָל ניט ווײַט פֿון בעלץ אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אַ סך גיטעס, פֿעלדער, וועלדער, דערפֿער און, ווי דער שטייגער גייט, איז אין יעדן דאָרף זײַנעם געווען אַ קרעטשמע און יעדער קרעטשמער — אַ ייִד. אָבער אין דעם דאָרף, וווּ זײַן הויז איז געשטאַנען, זײַנען געווען צוויי ייִדן — דער קרעטשמער און אַ מעקלער. פֿון וואָס לעבט אַ מעקלער? פֿון דרייען זיך אַרום דעם פּריץ און פֿון אַ לאָך אָפּבאַקן אַ בייגל. האָט דער פּריץ געדאַרפֿט עפּעס קויפֿן אָדער פֿאַרקויפֿן, האָט ער זיך אָן דעם ייִד דעם מעקלער ניט גערירט פֿון אָרט. מיט איין וואָרט, געהאַלטן אים פֿאַר זײַן בעל־יועץ.

חוץ אַ קרעטשמע, איז אין יעדן דאָרף געווען אַ קלויסטער מיט אַ גלח. אויך אין דעם דערפֿל, וווּ דער פּריץ האָט געוווינט, איז געווען אַ קלויסטער מיט אַן אייגענעם גלח. ס’איז שוין גוט באַקאַנט, אַז גלחים זײַנען קיין גרויסע אַהבֿי־ישׂראל ניט געווען. אָבער דאָס גלחל פֿונעם דערפֿל, וווּ דער פּריץ האָט געוווינט, האָט ממש געברענט פֿון שׂינאה אויף דעם מעקלער, וועלכער האָט זיך געדרייט בײַם פּריץ אין הויף.

אַז דער פּריץ האָט זיך וועגן דעם דערוווּסט, האָט ער אויפֿגעהערט צו גיין אין קלויסטער: אַ גלח אַ נאַר איז דאָך ערגער פֿון אַ טוטער. איז דעם גלח געוואָרן ביטער, אָבער זיך פֿאַרפֿירן מיטן פּריץ האָט ער מורא געהאַט.

איין מאָל, ווען דער אַרכיריי — דער העכערער גײַסטלעכער — איז געקומען צו זען, וואָס בײַם גלח טוט זיך אין קלויסטער, האָט אים דער גלח געזאָגט, אַז קיין טענות צו קריסטן האָט ער ניט — מע גייט אין קלויסטער און מע ווערט אַלץ פֿרימער און פֿרימער. די צרה איז נאָר מיטן פּריץ; ער איז דער איינציקער, וואָס קומט ניט אַ גאַנץ יאָר אין קלויסטער. ער איז אַפֿילו אויף פּאַסכע1 ניט געקומען זיך מתוודה זײַן. דער אַרכיריי האָט זיך פֿאַרטראַכט: „כ’וועל פֿרעגן בײַם פּריץ, פֿאַר וואָס ער קומט ניט אין קלויסטער אַרײַן‟. און ער איז אַוועק צום פּריץ.

דער פּריץ האָט זיך זייער דערפֿרייט מיט אים. אַרײַנגעפֿירט דעם גאַסט אינעם גרעסטן און שענסטן זאַל, אַוועקגעזעצט אים אינעם טײַערסטן פֿאָטעל, וואָס ער האָט באַקומען בירושה נאָך פֿון זײַנע עלטער־עלטער־זיידעס און, ווי עס פֿירט זיך, געהייסן ברענגען די בעסטע ווײַנען. בשעת־מעשׂה, האָט ער אויסגעפֿרעגט דעם אַרכיריי, וואָס ס’הערט זיך אין די גרויסע שטעט און וווּ האַלט מען מיט דער פּאָליטיק?

דער אַרכיריי האָט שוין אַזוי געדרייט דעם שמועס ביז ער איז אַרויפֿגעקומען אויפֿן גלויבן. ער האָט אים דערציילט, ווי פֿון קליינע דערפֿער ווערן גרויסע, מע שטעלט אויף נײַע קלויסטערס און די קריסטן ווערן אַלץ פֿרימער און פֿרימער. און מיט אַ מאָל גיט דער אַרכיריי אַ פֿרעג דעם פּריץ:

„ווי האַלט עפּעס מיט דיר? פֿאַרשטאַרקט זיך דײַן קריסטלעך גלויבן? גייסט אין קלויסטער?‟

דער פּריץ האָט אויף אַ מינוט זיך פֿאַרקלערט און געענטפֿערט:

„דאָס גלויבן, ווי דאָס גלויבן, נאָר אין קלויסטער גיי איך ניט‟.

פֿרעגט אים דער אַרכיריי:

„קען איך וויסן פֿאַר וואָס?‟

ענטפֿערט אים דער פּריץ פּראָסט און פּשוט:

„ווײַל דער גלח איז אַ נאַר!‟

חידושט זיך דער אַרכיריי:

„ווי קען אַזוינס זײַן?!‟

זאָגט אים דער פּריץ:

„ס’איז ניט שווער עס צו באַווײַזן. אַפֿילו דער אָרעמער ייִד מאָשקע, וואָס דרייט זיך דאָ בײַ מיר אין הויף, איז אַ סך קליגער פֿון אים, כאָטש ער איז ניט אַזוי געלערנט.‟

איז דער אַרכיריי געוואָרן איבערראַשט און האָט געפֿרעגט:

„ווי אַזוי קענסטו עס מיר באַווײַזן?‟

האָט דער פּריץ געענטפֿערט:

„לאָמיר שטעלן דעם גלח דרײַ פֿראַגעס, אויב ער וועט זיי פֿאַרענטפֿערן, גיב איך דיר אַ נדר, אַז כ’וועל מאַכן אַ נײַעם דאַך אויף דער אַלטער קאַפּעליצע2, און אַלע טאָג וועל איך גיין אין קלויסטער. איך וועל ווערן גוט און פֿרום. נאָר אויב דער גלח וועט די פֿראַגעס ניט פֿאַרענטפֿערן, זאָלסטו אים פֿון דאַנען צונעמען‟.

האָט דער אַרכיריי געזאָגט:

„גוט, לאָמיר אויסקלערן די פֿראַגעס.‟

און זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט טרינקען ווײַן, פֿאַרבײַסן מיט ניס און אויסקלערן די פֿראַגעס. דער ערשטער האָט אויסגעקלערט דער פּריץ און ער האָט געזאָגט:

„אַזוי ווי איך וויל אויספּרוּוון דעם גלח, וויל איך אים די פֿראַגעס שטעלן אַליין‟.

און מ’האָט גלײַך געשיקט נאָכן גלח. ווען דער גלח איז געקומען, איז שוין געווען שטאַרק פֿינצטער, זײַנען זיי אַלע דרײַ אַרויס אין דרויסן אויפֿן פּאַראַדנעם גאַניק. דעמאָלט האָט דער אַרכיריי דערציילט דעם גלח וועגן וואָס דאָ האַנדלט זיך און אַז דער פּריץ וועט אים באַלד שטעלן דרײַ פֿראַגעס. האָט דער גלח געזאָגט:

„גאָט איז אַ פֿאָטער, זאָל ער פֿרעגן‟.

און דער פּריץ האָט גענומען פֿרעגן:

„די ערשטע פֿראַגע איז, וויפֿל שטערן איז דאָ אין הימל? די צווייטע — וווּ איז די מיט פֿון דער וועלט? און די דריטע פֿראַגע איז — וואָס טראַכט זיך דער פּריץ אין האַרצן?‟

דער גלח האָט אויסגעהערט די דרײַ פֿראַגעס, זיך פֿאַרטראַכט און געזאָגט:

„גיב מיר דרײַ טעג צײַט, וועל איך געפֿינען אַן ענטפֿער אויף די פֿראַגעס‟.

דער פּריץ האָט מסכּים געווען. האָט דער גלח זיך מיט אַלעמען געזעגנט און איז אַוועק אַהיים. דער פּריץ מיטן אַרכיריי זײַנען געבליבן צופֿרידן פֿון דעם גאַנצן עסק און לכּבֿוד דעם האָבן זיי געמאַכט אַ שטאַרקן לחיים, אָפּגעגעסן די געשמאַקע וועטשערע און זיך געלייגט שלאָפֿן.

אויפֿן צווייטן טאָג האָט דער גלח געהאַלטן אין איין קלערן, אַרומגעגאַנגען מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ פֿון וואַנט צו וואַנט, אין דער לענג און אין דער ברייט פֿון זײַן שטוב. געקלערט און געקלערט, אָבער דערווײַל גאָרניט אויסגעקלערט.

דער ייִד דער מעקלער האָט זיך אַוודאי דערוווּסט וועגן דעם אַלעמען, וואָס ס’איז פֿאַרלאָפֿן בײַם פּריץ מיטן גלח. ער האָט אויך געוווּסט, אַז ווי עס זאָל זיך ניט אויסדרייען, וועט דער ייִד סײַ־ווי בלײַבן שולדיק. האָט ער גענומען אַ גרויסן קאָשיק3, אַרײַנגעלייגט אַהין הונדערט אייער און עס אַרײַנגעשטעלט אין אַ קליין קעמערל.

אויפֿן דריטן טאָג, פֿאַר נאַכט, זעט דער מעקלער ווי דער גלח גנבֿעט זיך מיט אַ הינטערוועג דורכן גאָרטן צו אים אין שטוב אַרײַן. האָט ער זיך גיך אויסגעטאָן, ווי די מאַמע האָט אים געהאַט, און זיך געזעצט איבערן קאָשיק מיט די אייער. דערווײַל האָט דער גלח אָנגעקלאַפּט אין דער הינטערשטער טיר, אַ דערשראָקענער און געפֿרעגט בײַם מעקלערס ווײַב, וווּ איז איר מאַן. האָט זי אים צוגעפֿירט צום טירל פֿון דעם קעמערל, אויפֿגעעפֿנט און געזאָגט: „אָט איז ער‟.

דער גלח איז געבליבן שטיין אַ פֿאַרגאַפֿטער. קוים־קוים האָט ער ענדלעך אויסגעקוועטשט פֿון זיך:

„גאָט איז מיט דיר, מאָשקע, וואָס טוסטו?‟

„וואָס הייסט, וואָס איך טו?‟ — האָט דער מעקלער געענטפֿערט: „דאָס איז דאָך מײַן פּרנסה — איך וואַרעם אויס די אייער‟.

דער גלח האָט, נעבעך, ניט פֿאַרשטאַנען, האָט אים דער מעקלער אָנגעהויבן דערקלערן:

„מה־דאָך, אַז אַ קוואָטשקע קען אויסוואַרעמען אַ פֿופֿצן־זעכצן הינדעלעך, זאָל אַ מענטש, וואָס ווייסט ווי אַזוי אָפּצוהיטן די אייער, זאָל זיי לאָזן פֿאַרקילט ווערן?! קען ער דאָך אַוודאי אויסוואַרעמען הונדערט אייער אין משך פֿון צוויי וואָכן. פֿאַרקויף איך די הונדערט הינדעלעך אויפֿן יריד און נעם אָפּ פֿאַר זיי הונדערט פֿערטעלעך…‟

דער גלח שפּיצט אָן זײַן מוח, קנייטשט דעם שטערן און קאָן גאָרניט פֿאַרשטיין. שלאָגט ער איבער דעם מעקלער און זאָגט אים:

„הער אויס, מאָשקע, כ’בין געקומען צו דיר רעדן ניט וועגן אייער. דו מוזט מיר אַרויסהעלפֿן מיט איין זאַך, אַניט ווער איך אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן. איך בין דיר גרייט צו געבן הונדערט רובל דערפֿאַר, אַבי ס’זאָל בלײַבן אַ סוד‟.

„הונדערט רובל פֿאַר אַ סוד‟, דערפֿרייט זיך דער מעקלער, „מיט פֿאַרגעניגן! זאָג, פֿאָטערל, וואָס איז דער סוד‟.

און דער גלח האָט אים דערציילט די גאַנצע מעשׂה. ווען ער האָט פֿאַרענדיקט, האָט דער מעקלער זיך פֿאַרקלערט און געזאָגט:

„הער אויס, פֿאָטערל, ענטפֿערס אויף די דרײַ פֿראַגעס האָב איך שוין. כ‘האָב אָבער מורא, אַז ווען איך וועל זיי דיר זאָגן און דו וועסט זיי דאָרט ענטפֿערן, קאָן מען דיך נאָך פֿרעגן: פֿאַר וואָס עפּעס אַזעלכע ענטפֿערס, ניט אַנדערע? וועסטו ניט האָבן וואָס צו זאָגן און ס‘וועט גלײַך קלאָר ווערן, אַז ניט דו ביסט מיט דײַן אייגענעם קאָפּ געקומען דערצו. דעמאָלט וועט מען, חס־ושלום, זיך נעמען צו מיר. דעריבער איז מײַן עצה, אַז איך זאָל גיין אויף דײַן אָרט. דו וועסט מיר געבן דײַנע גלחישע קליידער, איך וועל מיר צוקעמען מײַן באָרד, און אַזוי ווי די ענטפֿערס מוז מען צושטעלן בײַ נאַכט אויפֿן גאַניק, כ‘זאָל זיי קאָנען איבערציילן אַלע שטערן אין הימל, וועלן זיי מיך ניט דערקענען.‟

דער גלח האָט זיך דערפֿרייט און האָט אָנגעהויבן אַראָפּשלעפּן פֿון זיך זײַן בגד. דער מעקלער רעדט אָבער ווײַטער:

„איין זאַך מוז איך דיך בעטן: אַזוי ווי עס איז מיר געבליבן נאָך איין טאָג צו זיצן אויף די אייער ביז ס‘וועלן זיך אויספּיקן די הינדעלעך, זאָלסטו זיך אַרײַנזעצן אינעם קאָשיק און צוּוואַרטן ביז איך וועל זיך אומקערן. אויב ניט, איז פֿאַרפֿאַלן מײַן גאַנצע האָרעוואַניע…‟

דער גלח האָט קיין אַנדער ברירה ניט געהאַט, האָט ער זיך אויסגעטאָן און זיך געזעצט אויפֿן אָרט פֿונעם מעקלער. דער מעקלער האָט געכאַפּט דעם גלחס קליידער און זיך אַוועקגעטראָגן צום פּריץ.

דער פּריץ מיטן אַרכיריי זענען שוין געזעסן אויפֿן פּאַראַדנעם גאַניק און געוואַרט אויפֿן גלח מיט זײַנע ענטפֿערס. און אָט זעען זיי ווי ער גייט, אָנשפּאַרנדיק זיך אויפֿן שטעקן, ווי זײַן שטייגער איז. געבליבן שטיין אונטן שרײַט ער אַרויף צום פּריץ און זײַן גאַס:

„איך בין גרייט צו ענטפֿערן אויף אײַערע פֿראַגעס‟

פֿרעגט אים דער פּריץ, מיט אַ שמייכל:

„נו, פֿאָטערל, וויפֿל שטערן איז דאָ אין הימל?‟

האָט דער פֿאַרשטעלטער מעקלער אַ קוק געטאָן אין הימל און געזאָגט: „פֿינף מיליאָן, פֿיר הונדערט זעקס און אַכציק שטיק!‟

„פֿון וואַנען ווייסטו עס אַזוי פּינקטלעך?‟ — האָט זיך געחידושט דער פּריץ.

„ווילסטו ניט גלייבן, צייל איבער אַליין!‟

קראַצט זיך דער פּריץ דעם נאַקן און שטעלט זײַן צווייטע פֿראַגע:

„אַז דו ביסט אַזאַ חכם, זאָג מיר, פֿאָטערל, וווּ איז די מיט פֿון דער וועלט?‟

ציילט דער מעקלער־גלח אָפּ דרײַ שפּאַן צו מיזרח, דערנאָך דרײַ שפּאַן צו מערבֿ, נאָך דרײַ שפּאַן צו צפֿון און לסוף צו דרום; און דערנאָך כאַפּט ער זײַן גרויסן שטעקן אָן פֿאַרן עק און מאַכט מיט אים אַ ראָד אַרום זיך אויף דער ערד. אַרײַנגעשטעקט דעם שטעקן אויפֿן אָרט, וווּ ער איז געשטאַנען, רופֿט ער זיך אָן צום פּריץ:

„אָט דאָ איז די מיט פֿון דער וועלט!‟

דער פּריץ האָט דערפֿילט, אַז ער איז אַ פֿאַרלוירענער. עס איז אָבער נאָך געבליבן די דריטע פֿראַגע, און אויף איר וועט שוין דער גלח זיכער ניט ענטפֿערן, האָט ער בשעת־מעשׂה געטראַכט.

„נו, פֿאָטערל, איצט ענטפֿער מיר אויף דער לעצטער פֿראַגע: וואָס טראַכט איך איצט אין האַרצן?‟

האָט דער „פֿאָטערל‟ לאַנג ניט געטראַכט און געענטפֿערט:

„דו טראַכסט אַוודאי, אַז זעען זעסטו דעם גלח, אָבער ענטפֿערן אַזוי וואָלט געפּאַסט פֿאַר דײַן מעקלער, מאָשקע!‟

דער פּריץ מיטן אַרכיריי זײַנען געבליבן שטיין פֿאַרגאַפֿט. זיי האָבן קיין וואָרט ניט געקאָנט אַרויסברענגען אויף דער צונג. ווען זיי זײַנען, סוף־כּל־סוף, צו זיך געקומען, האָט דער פּריץ געפֿרעגט:

„וווּ זשע איז דער גלח?‟

זאָגט אים דער מעקלער:

„קומט, וועל איך אײַך ווײַזן‟.

אַזוי, זאַלבע־דריט, זײַנען זיי אַוועק צום מעקלער אַהיים. זיך אונטערגעגנבֿעט צו דער טיר פֿונעם קעמערל, האָבן זיי עס צעפּראַלט און דערזען דאָס שיינע בילד. דער גלח אַליין האָט זיך אַזוי איבערגעשראָקן, אַז ער האָט זיך פֿאַר שרעק אויף די אייער אַ זעץ געטאָן און זיי אַלע צעבראָכן. אויסגעשמירט זיך פֿון אויבן ביז אַראָפּ איז דער גלח אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם קאָשיק און זיך געלאָזט לויפֿן צום קלויסטער. מ‘האָט דערנאָך געדאַרפֿט האָבן צוויי פּוד שטרוי, מע זאָל דעם גלח אַרומרײַבן. זינט דעמאָלט איז געבליבן אַ מינהג: אַז מע זעט אַ גלח, וואַרפֿט מען אים נאָך אַ זשמעניע שטרוי, ער זאָל זיך אָפּווישן.

־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־־

1) פּאַסכע — קריסטלעכער פּסח

2) קאַפּעליצע — קליין קלויסטערל

3) קאָשיק — געפֿלאָכטענער קויש


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.