Vayter

אַ בוך פֿון יונגע געלערנטע

A Book For Young Scholars

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

דער גאַנצער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ קאָנפֿערענץ פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש אין זייער פֿאָרש־אַרבעט. ווי מיר ווייסן, האָט נאָר זייער אַ קליינע צאָל דיסערטאַציעס, בפֿרט אין צפֿון-אַמעריקע, צו טאָן מיט דער ייִדישער שפּראַך גופֿא. ייִדישע שפּראַכקענטעניש איז גלײַך ווי אַרויס פֿון דער מאָדע אין דער ענגליש־שפּראַכיקער אַקאַדעמישער וועלט. מיט דעם פֿאַרנעמט מען זיך, דער עיקר, אין דער קאָנטינענטאַלער אייראָפּע. אַפֿילו אין דער רוסישער שטאָט קעמעראָוואָ, וואָס געפֿינט זיך אין סיביר — דאָס הייסט, שטרענג גערעדט, אין אַזיע — אַרבעטן אין דעם היגן אוניווערסיטעט צוויי גערמאַניסטן, וועלכע פֿאָרשן ווערבאַלע פּרעפֿיקסן אין ייִדיש. אין אַמעריקע, אָבער, הערט מען זייער זעלטן וועגן אַזעלכע זאַכן. און אויב מע הערט שוין עפּעס יאָ, געהערט עס, בדרך־כּלל, צו סאָציאָ־לינגוויסטישע פֿאָרשונגען.

איז געקומען דער געדאַנק צונויפֿצוקלײַבן ניט נאָר נאָענטע, נאָר אויך רעלאַטיוו ווײַטע קרובֿים פֿון ייִדיש־לימודים. אַ שטייגער, אַזעלכע וואָס שרײַבן אַ היסטאָרישע פֿאָרשונג, אָבער די סבֿיבֿה, וואָס זיי פֿאָרשן, איז אַ ייִדיש־רעדנדיקע, דערפֿאַר מוז אַזאַ געלערנטער לייענען פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן (אַרכיוון־דאָקומענטן, צײַטשריפֿטן און ביכער) אויף ייִדיש. עפּעס אַזוינס קען זײַן כאַראַקטעריש אויך פֿאַר אַ ליטעראַטור־פֿאָרשונג צי אַן אַרבעט אין סאָציאָלינגוויסטיק. און אַזוי ווײַטער.

הקיצור, אין 2006 האָט דער אָפּטייל פֿאַר העברעיִשע און יודאַיִסטישע שטודיעס בײַם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט צונויפֿגעקליבן אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ. ס’איז אויך באַשלאָסן געוואָרן, אַז דער גאַנצער ענין האָט געדאַרפֿט זײַן אַ סטודענטישער — די אָרגאַניזאַטאָרן זײַנען אויך געווען דאָקטאָראַנטן פֿון דעם זעלבן אָפּטייל: לאַראַ ראַבינאָוויטש, שירי גאָרען און חנה פּרעסמאַן.

די קאָנפֿערענץ איז אַדורך מיט גרויס דערפֿאָלג. דער “פֿאָרווערטס” האָט זיך אויך באַטייליקט אין דעם ענין. ערשטנס, איז די “פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע” געווען צווישן די ספּאָנסאָרן. צווייטנס, האָט די צײַטונג פּונקט דעמאָלט דורכגעפֿירט אַ קאָנקורס צווישן יונגע ייִדישע פּען-מענטשן, און די בעסטע מחברים האָבן בעת דער קאָנפֿערענץ באַקומען די סערטיפֿיקאַטן פֿון זייער דערפֿאָלג.

נאָך בעת דער קאָנפֿערענץ האָט מען אָנגעהויבן צו רעדן וועגן דעם, אַז עס וואָלט גאָר ניט געשאַט אַרויסצוגעבן אַ באַנד, באַזירט אויף די קאָנפֿערענץ-רעפֿעראַטן. די דרײַ יונגע אָרגאַניזאַטאָרינס האָבן די דאָזיקע אידעע אונטערגעכאַפּט און ביסלעכווײַז צונויפֿגעקליבן אַרטיקלען פֿאַר אַזאַ אויסגאַבע. בײַם טוען עס, האָבן זיי היפּש געביטן די “פֿילאָסאָפֿיע” פֿון דער אונטערנעמונג — דאָס בוך האָט, אין לעצטן סך-הכּל, אָפּגעשפּיגלט ניט אַזוי די אַרבעט פֿון די גראַדויִר-סטודענטן (כאָטש אַזעלכע זײַנען אויך פֿאַרבליבן), ווי די אַרבעט פֿון יונגע אַקאַדעמיקער; אַ סך פֿון זיי, שוין פּראָפֿעסאָרן אין אוניווערסיטעטן. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז געווען אַ לאָגישע טראַנספֿאָרמאַציע, אויב דער ציל איז געווען צו באַקומען אַ געראָטענע אַקאַדעמישע פּראָדוקציע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין די פֿאַרגאַנגענע זעקס יאָר זײַנען אייניקע פֿון די דעמאָלטיקע דאָקטאָראַנטן אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון יונגע געלערנטע.

אַזוי צי אַזוי, האָבן מיר איצט אַ באַנד, וואָס טראָגט דעם טיטל “אַז מע קלײַבט אויס ייִדיש: נײַע שטחים אין דער שפּראַך און קולטור” “אַז מע קלײַבט אויס ייִדיש: נײַע שטחים אין דער שפּראַך און קולטור”. דער באַנד שטעלט פֿאָר אַ גרופּע מענטשן, וואָס געהערן, מער אָדער ווייניקער, צו דעם זעלבן דור געלערנטע. אין דעם זין איז עס, לכל-הפּחות, אַן אוניקאַלע אויסגאַבע. אַזעלכע זאַכן זײַנען ביז אַהער געווען מער כאַראַקטעריש פֿאַר ליטעראַרישע גרופּעס.

גלײַכצײַטיק באַטייליקן זיך אין דעם באַנד אויך אַקאַדעמיקער, וואָס זײַנען שוין ניט אַזוי יונג. אין דער קאָמפּאָזיציע פֿון “אַז מע קלײַבט אויס ייִדיש” האָט מען פֿאַר אַזעלכע לײַט אויך געפֿונען אַן אָרט — זיי האָבן אָנגעשריבן הקדמות צו פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם בוך.

מע קען אונטערציִען אַזאַ סך-הכּל: אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿט איז געקומען, און טיילווײַז שוין פֿאַרפֿעסטיקט זײַנע פּאָזיציעס, אַ טאַלאַנטירטער יונגער דור געלערנטע. דאָס נײַע בוך שטעלט פֿאָר גאָר ניט אַלעמען פֿון זיי. אַ סבֿרא, אַז אין אַ צײַט אַרום וואָלט געווען כּדאַי צו האָבן אַ נײַע קאָנפֿערענץ פֿון אַזאַ שניט, און אַ בוך, וואָס זאָל אָפּשפּיגלען נײַע דערגרייכונגען אין פֿאָרשן ייִדן.


Permalink | | Share | Email | Print

The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.




Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.