Vayter

וויצן אויף דער טעמע: צוויי חבֿרטעס באַגעגענען זיך אויפֿן מאַרק

Jokes on the Theme: Two Friends Meet at the Market

  • Print
  • Share Share

“טײַערע מײַנע, וואָס איז געשען מיט דיר! דו ביסט אַזוי גראָב געוואָרן!”

“הײַנט איז נאָך נישקשה, דאָס בין איך שוין אַ ביסל מאָגערער געוואָרן. וואָלסטו מיך געזען מיט אַ חדש צוריק! דעמאָלט בין געווען פּונקט אַזאַ ווי דו ביסט איצט.”

* * *

“רבֿקה, דו ביסט אַזוי דאַר געוואָרן! איז עס צוליב אַ דיעטע?”

“וואָס פֿאַר אַ דיעטע! איך קריג זיך די גאַנצע צײַט מיטן מאַן. אָבער עס העלפֿט ניט — ער האַלט אין איין שיכּורן.”

“טאָ ברענג עס צו אַ סוף. צוליב וואָס דאַרפֿסטו זיך מאַטערן מיט אַזאַ מענטשן?”

“ס’איז נאָך אַ ביסל צו פֿרי. איך וויל אַראָפּוואַרפֿן נאָך אַ פּאָר קילאָ.”

* * *

“מײַן זון איז אַזוי ענלעך אויף מײַן מאַן — ממש ווי צוויי טראָפּן וואַסער.”

“אײַ, לעב ניט איבער. דער עיקר, זאָל ער זײַן געזונט און שטאַרק.”